about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
איך קען נאָך זען מיין זעקס-יאָ
65 יאָר זינט באַבי יאַר
דר. כאַריטאָן בערמאַן\קיעוו
 

ביזן היינטיקן טאָג באַגלייטן מיך די שרעקלעכע, האַרצרייסנדע געשרייען פון די קרבנות פון באַבי יאַר. “שמע ישראל”! די דאָזיקע ווערטער קלינגען מיר אפילו אין חלום. איך לעב שוין העכער פופציק יאָר מיטן טיפן טרויער פון דער דאָזיקער אידישער טראַגעדיע. איך קען ניט אָפנהאַרציק לאַכן מיט מיינע צוויי קינדער און טייערע אייניקלעך. שטענדיק שטייען פאַר מיינע אויגן די אומגעבראַכטע אידן, צווישן זיי מיין באַליבט זעקס-יאָריק קינד און מוטער.

 

עס גייען אַדורך חדשים און יאָרן. זיי שפּרינגען פאַרביי ווי טעלעגראַף-סלופּעס דורכן פענצטער פון אַ שנעל-צוג. צוזאַמען מיט דער צייט קומען פאָר פאַרשידענע געשעענישן: גרויסע און קליינע, באַדייטנדע און אומבאַמערקטע.

אייניקע פון די דאָזיקע געשעענישן לאָזן אַ מערקבאַרן שפּור אינעם באַוואוסטזיין פון מענטשן. אַנדערע טראָגן זיך דורך ווי פאַרביילויפיקע פייגל, לאָזנדיק אַ קוים-באַמערקבאַרן שפּור אין אונדזער באַוואוסטזיין.

צו די גרעסטע געשעענישן אין דער וועלט-געשיכטע געהערט די צווייטע וועלט-מלחמה. ס’וועלן אַדורך יאָרהונדערטער, און אונזערע קינדער און קינדס-קינדער וועלן אויפמערקזאַם לערנען און אַנאַליזירן די געשעענישן פון דער פאַרגאַנגענער שווערער מלחמה. כאָטש ס’איז שוין אַדורך מער פון אַ האַלבן יאָרהונדערט זינט מען האָט איבערגעלעבט דער דאָזיקער אַלגעמיין מענטשלעכער טראַגעדיע, אָבער דער זכרון פון דער מענטשהייט הערט ניט אויף מיט געשפּאַנטער אויפמערקזאַמקייט אַריינצולייענען זיך אין די טראַגישע בלעטלעך פון דער דאָזיקער היסטאָרישער געשעעניש.

פאַר דער דורכגעגאַנגענער צייט האָט מען אָנגעשריבן אַ גרויסע צאָל ביכער, אַרויסגעגעבן אַ סך קינאָ-פילמען אויף אַלע שפּראַכן פון דער וועלט. פון די אַרכיוון נעמט מען אַרויס נייע און נייע דאָקומענטן, וואָס וואַרפן אַ שיין אויף די געשעענישן פאַר די פאַרגאַנגענע יאָרן.

צווישן אַלע ווערטפולע און אינפאָרמאַטיווע קוואַלן וועגן די געשעענישן פון דער פאַרגאַנגענער מלחמה, שטעלן מיט זיך פאָר די וויכטיקסטע זכרונות - די פּערזענלעכע דעראינערונגען פון די אָנטיילנעמען און צוזעער פון יענע העראָאישע און טראַגישע געשענישן. דאָס לעבן שטראָמט, און אַלץ ווייניקער פאַרבלייבן לעבן-געבליבענע עדות און צוזעער פונעם דאָזיקן קאַפּיטל פון אונזער געשיכטע.

*   *   *

איינע פון די סאַמע טראַגישע שוידערלעכע געשעענישן פון יענע יאָרן איז געווען די טראַגעדיע פון באַבי יאַר, וועלכע איז פאָרגעקומען מיט 65 יאָר צוריק, ענדע סעפּטעמבער 1941, תשרי תש”ב.

באַבי יאַר! דער אומבאַמערקבאַרער ריוו אויפן ראַנד-געביט פון מיין שטאָט קיעוו איז געוואָרן אַן אָרט פון פּילגרים-נסיעות פון אַלע אַקטיווע קעמפער קעגן פאַשיזם פון גאָר דער וועלט. פאַרברעכנס פון אַזאַ מאָסשטאַב ווייסט ניט די מענטשהייט פאַר איר פיל דורותדיקער געשיכטע.

ס’האָבן נאָך דאַן, אין 1941, נישט גערויכערט די גאַז-קאַמערן פון אוישוויץ און בוכענוואַלד. באַבי יאַר איז געווען אַ גענעראַלע רעפּעטיציע פון דעם אויף וואָס ס’איז געווען פעאיק דער בלוטיקער פאַשיזם און נאַציזם. דאָס אָרט וואו ס’איז פאָרגעקומען די גרויסע טראַגעדיע, איז געוואָרן דאָס סאַמע פאָרגעדענקלעכע אָרט פון קיעוו. אַהער וועלן באמת ניט פאַרוואַקסן ווערן די פאָלקס-שטעגן.

מיט אַ צייט צוריק האָב איך אויפן נאָמען פון דעם בעלאצערקאָווער שטאָטישן ראַט פון פאָלקס-דעפּוטאַטן באַקומען אַלס באַקאַנטער דעפּוטאט פונעם קיעווער רעגיאָנאַלן ראַט, אַ בריוו פון ישראל. די שרייבערין פון דעם בריוו האָט איבערגעלעבט די טראַגעדיע פון באַבי-יאַר. איר נאָמען איז אידאַ פּינקערט.

לייענענדיק די אידישע צייטונגען, צווישן זיי די “לעצטע נייעס” (איידער די צייטונג איז אונטערגעגאַנגען), האָט זי זיך אָנגעטראָפן אויף אַן אַרטיקל וועגן לעבן און שאַפן פון שלום עליכם אין בעלאַצערקאָוו, וואָס איך האָב אָנגעשריבן. אידאַ פּינקערט האָט מיר געשריבן, אַז די שטאָט בעלאַצערקאָוו איז פאַר איר גאָרניט פרעמד, ווייל בעת זי איז אַנטלאָפן פון באַבי-יאַר אין דער צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה, האָט זי באַגעגנט אַ דאָרטיקע פרוי, אַ משומדת מיטן נאָמען סאָפיע, וועלכע האָט איר געראָטן צו באַגיין זעלבסטמאָרד, און גע’טענה’ט, אַז זי דאַרף נישט לעבן.

*   *   *

געווען איז עס פּונקט אין די אָוונט-שעהן נאָך איר אַנטלויפן פונעם מאַסן-קבר אין באַבי יאַר. אידאַ פּינקערט האָט געמוזט נעכטיקן אויפן בעלאַצערקאָווער בית עולם אין ציטער און גרויל.

אַגב וויל איך באַמערקן, אַז באַקומענדיק דעם בריוו פון אידאַ פּינקערט האָב איך פאַרזאַמלט די אידן פון בעלאַצערקאָוו, און פאַר זיי איבערגעלייענט דאָס וואָס אידאַ פּינקערט האָט געשריבן. אויף דער פאַרזאַמלונג זיינען געווען אָנוועזנד סיי אידן, און סיי ניט-אידן. הערנדיק דעם נאָמען סאָפיאַ אָדער סאָניאַ, די משומדת, האָבן פילע פון זיי געזאָגט, אַז זיי ווייסן ווער דאָס איז, און אַז די נבילה לעבט שוין ניט מער און האָט געהאַט אַ וויסטן סוף. זי איז געשטאָרבן אין גרויסע שמערצן.

אַזוי האָט זיך ביי אונז מיט אידאַ פּינקערט אָנגעבונדן אַ שריפטלעכער קאָנטאַקט, און מיר זיינען געוואָרן גוטע פריינט. זי העלפט אונז אין דער הייליקער אַרבעט, דאָס אויפלעבן פון אידיש, אידישע ליטעראַטור און קולטור. אַליין אַ דראַמאַטורג, פּאָעט און קאָמפּאָזיטאָר, שיקט זי אונז ביכער, נאָטן, לידער און פּיעסעס.

לויט די זכרונות פון אידאַ פּינקערט, האָט דער בעלאצערקאָווער אידישער נאַציאָנאַלער טעאַטער “גוטע פריינט” ביי דער היגער אידישער קולטור געזעלשאַפט, מיט גרויס דערפאָלג באַוויזן דעם רעקוויום “באַבי יאַר”.

ס’איז שוין פיל מער פון אַ האַלבן יאָרהונדערט זינט עס איז געשען די טראַגישע און שוידערלעכע טראַגעדיע באַבי יאַר. אָבער לייענענדיק אידאַ פּינקערט’ס בריוו האָב איך ניט געקענט אַרבעטן און ניט שלאָפן.

כ’וויל כאָטש אין קורצן איבערגעבן דעם אינהאַלט פון אידאַ פּינקערט’ס זכרונות. צו באַשרייבן די דאָזיקע טראַגעדיע אפילו אין צענדליקער בענדער, וועט ניט קענען אַלץ אַרומנעמען דאָס וואָס איז פאָרגעקומען אין יענע טראַגישע טעג פון ענדע סעפּטעמבער 1941. אָבער עפּעס דאַרף מען פאָרט אָנשרייבן.

*   *   *

דערציילט אידאַ:

“מאָנטיק, דעם 29סטן סעפּטעמבער 1941, אין טאָג פון יום כיפּור, האָבן די דייטשישע מערדער אומרחמנותדיק פאַרניכטעט הונדערט טויזנט קיעווער אידן - זקנים, פרויען און צוויי טויזנט קליינע קינדער.

“איך בין פון די ווייניקע”, שרייבט אידאַ פּינקערט, “וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט על פּי נס פונעם פאַשיסטישן גיהנום. אין ישראל בין איך די איין-און-איינציקסטע פון די לעבן-געבליבענע פון באַבי יאַר. איך בין פון די אידן אין דער גאָרער וועלט וועלכע ווילן דערמאָנען וועגן דעם גרויסן אומגליק און וועגן דער שרעק וואָס מיר זיינען אויסגעשטאַנען זייענדיק פאַרפּייניקט דורך די נאַצישע רוצחים. ניט נאָר אין באַבי יאַר, נאָר אויך אין אַנדערע ערטער אין אוקראַאינע, ווייס-רוסלאַנד, דעם גאַנצן סאָוועטן-פאַרבאַנד און אַנדערע לענדער אין דער וועלט.

“איך בין דורכגעגאַנגען צופוס איבער ניין געגנטן פון אוקראַאינע און איבער אַ טייל פון ווייס-רוסלאַנד, אַן איבערגעטוענע אין אַלטע דאָרפישע אָפּגעריסענע מלבושים מיט אַ צלמל אויפן האַלדז, און געזען מיט די אייגענע אויגן ווי די פאַשיסטישע הענקער האָבן געווילדעוועט אויף די אָקופּירטע באַפעלקערטע פּונקטן. מיין וועגווייזער בייטאָג איז געווען די זון, ביינאַכט - די שטערן אין הימל.

“איך האָב איבערגעשוואומען אַ ריי טייכן, בערעזינא, בוג און אַנדערע, זיך געצויגן דורך זומפּן און רעגנס, אין פראָסט און שניי. אַ הונגעריקע, געשוואָלענע, אין אָפּגעריסענע, שמוציקע, דאָרפישע קליידער. מיינע געלעגערס זיינען געווען פאַרשנייטע סטעפּעס. כ’האָב געליטן הונגער, צרות און פּחד.

“ביזן היינטיקן טאָג באַגלייטן מיך די שרעקלעכע, האַרצרייסנדע געשרייען פון די קרבנות פון באַבי יאַר. ‘שמע ישראל!’ די דאָזיקע ווערטער קלינגען מיר אפילו אין חלום. איך לעב שוין העכער פופציק יאָר מיטן טיפן טרויער פון דער דאָזיקער אידישער טראַגעדיע. איך קען ניט אָפנהאַרציק לאַכן מיט מיינע צוויי קינדער און טייערע אייניקלעך. שטענדיק שטייען פאַר מיינע אויגן די אומגעבראַכטע אידן, צווישן זיי מיין באַליבט זעקס-יאָריק קינד און אַלטיטשקע מוטער.

“די קאַטאַסטראָפאַלע טרויעריקע געשעעניש פון באַבי יאַר קען איך פאַרגלייכן מיט די פאַשיסטישע טויט-לאַגערן אין אוישוויץ, טרעבלינקע, בוכענוואַלד, סאָביבאָר און אַנדערע”.

*   *   *

ווייטער דערציילט אידאַ פּינקערט, אַז זי געדענקט דעם 11טן סעפּטעמבער 1941, ווען די פאַשיסטישע רוצחים זיינען געווען צען קילאָמעטער הינטער קיעוו.

“אונזער קאָמאַנדשאַפט [פון דער רוסישער אַרמיי] האָט געגעבן אַ באַפעל אָפּצוטרעטן. די פאַשיסטן האָבן אָנגעגריפן, און אַרומגערינגלט פון פיר זייטן. ווען איך בין אַרויס אויף דער קראַסנאָאַרמייער גאַס, איז זי שוין געווען פאַרפלייצט מיט מיליטערישע מאַשינען: טאַנקען, האַרמאַטן, און מאָטאָרציקלען.

“פּלוצלונג האָט די באַוועגונג זיך אָפּגעשטעלט, און איך בין אַריינגעקראָכן אין אַ סאַניטאַר מאַשין פון דעם 50סטן סאניטאר באַטאַליאָן פון דער פינפטער אַרמיי.

“אַזוי זיינען מיר אַרויסגעפאָרן פון קיעוו, קעמפנדיק העלדיש און איינגעשפּאַרט פאַר יעדן מעטער, פאַר יעדן הויז. איך האָב זיך באַטייליקט מיט אונזער אַרמיי אין פאַרביסענע, אָנגעשטרענגטע שלאַכטן. פילע סאָלדאַטן, סאַרדזשענטן און אָפיצירן, האָבן אַרויסגעוויזן גרויס העראָאיזם. אונזער סאַניטאַר באַטאַליאָן האָט אין באַשטאַנד פון דער אָפּערירנדער אַרמיי ערלעך אויסגעפירט זיין חוב.

“ווען איך האָב זיך דערוואוסט וועגן די שענדלעכע געשעענישן אין באַבי יאַר, האָט דאָס געוויסן מיך געמאַטערט. איך האָב געהאַט אַ שווערע איבערלעבונג. איך האָב באַשלאָסן זיך אומצוקערן קיין קיעוו, כדי צו ראַטעווען פון טויט מיין אַלטער מוטער און קליינעם קינד.

“אויף די קיעווער גאַסן האָב איך געזען אומעטום, אויף די ווענט און אויף די טראַמווייען, פּלאַקאַטן און אויפרופן אויף רוסיש און אוקראַאיניש, מיט אַ ווענדונג צו די אידן: “אַלע זשידן פון קיעוו דאַרפן מאָנטיק, דעם 29סטן סעפּעטעמבער, 7 אַזייגער אינדערפרי, זיך פאַרזאַמלען אויף דער דאראגאזשיצקער גאַס נעבן דעם אידישן בית עולם, און מיטנעמען מיט זיך ווערטפולע זאַכן, וואַרימע קליידער און געלט. דער וואָס וועט ניט קומען - וועט באַקומען טויט שטראָף. ווער עס וועט אויסבאַהאַלטן זשידען, - דעם טויט.

“אום יום כיפּור, סעפּטעמבער 29 1941, נאָך פאַר זון-פאַרגאַנג, האָבן פון אַלע קיעווער גאַסן גענומען שטראָמען מאַסן אידן אין דער ריכטונג פונעם אידישן בית עלמין אויף דער לוקיאַנאָווקע גאַס. מ’האָט דערציילט, אַז א טאָג פריער זיינען געווען אַ סך פאַלן פון זעלבסטמאָרד ביי אידן. דאַקעגן די וואָס האָבן אויסגעפאָלגט דעם באַפעל, האָבן געבאַקן ברויט צו נעמען אין אין וועג אַריין, גענייט זעק, געפּאַקט וואַליזעס, ווייל זיי האָבן געמיינט אַז מ’וועט זיי פאַרשיקן אין די קליינע שטעטלעך. מוטערס זיינען געגאַנגען מיט זייערע קינדער אויף די הענט, און קראַנקע מענטשן האָט מען געפירט אין וועגעלעך אָדער אונטערגעהאַלטן. אַזוי זיינען הונדערטער טויזנטער געגאַנגען אויף דער לוואָווסקער גאַס. אויף די טראָטואַרן זיינען געשטאַנען באַוואָפנטע דייטשן מיט ריזיקע הינט”.

אַנשטאָט גיין אַהיים, האָט אידאַ פּינקערט פאַרקירצעוועט איר וועג צו באַבי יאַר, טראַכטנדיק דאָרט צו געפינען צווישן דעם גרויסן פאַרזאַמלטן עולם איר מוטער און איר קינד. אַזאַ נאַאיווע איז זי געווען. ניט ווייט פון באַבי יאַר האָט זי געזען ווי די דייטשן האָבן געפירט אַכט אידן וואָס האָבן געהאַלטן לאָפּעטעס אין זייערע הענט. די אויגן זיינען ביי זיי געווען אַרויסגעריסן. אונטער אירע פּלייצעס האָבן די ניט-אידן זיך גע’סודל’ט, אַז מען פירט זיי אַז זיי זאָלן אַליין אויסגראָבן זייערע אייגענע קברים.

אידאַ פּינקערט איז געגאַנגען אין דער ריכטונג וואוהין מען האָט געפירט אידן. אומעטום זיינען געווען ‘עס עס’ לייט. אויף איין זייט האָט געשפּילט אַן אָרקעסטער, אויף דער צווייטער זייט - אַ שיסעריי. אין באַבי יאַר האָבן די נאַציס ימח שמם אַריינגעוואָרפן אין פייער לעבעדיקערהייט זקנים, פרויען און קליינע קינדער. ווער עס האָט אויסגעשריען ‘שמע ישראל’ אָדער געוויינט - האָבן די ‘עס. עס.’ לייט אים געשאָסן. די דאָזיקע פאַרניכטונגס-אַקציע האָט געדויערט דריי טעג. די ערד האָט געציטערט. באַבי יאַר האָט זיך באַוועגט פון די וואָס האָבן געגוססט.

דאָס איז געווען אַן אמתער גיהנום. אידאַ פּינקערט דערציילט, אַז זי האָט זיך געצויגן אויף אַ ראַנד פון דעם גרויסן גרוב. אומעטום זיינען געשטאַנען פּאַטראָלן, און זי איז געקראָכן ווי אַ הונט, כדי אויסצומיידן דעם פּאַטראָל. אַ שטיק וועג איז זי געקראָכן אויף אַלע פיר, ביז זי האָט געטראָפן אַ געסל, און דורך הינטער-הויף זיך דערטריבן אַהיים, אַראָפּגעוואַשן פון דעם צעריסענעם קליידן דאָס בלוט און ליים.

*   *   *

אידאַ פּינקערט האָט אויסגעשפּאַנט כמעט גאַנץ אוקראַאינע. זי האָט זיך גערופן מיט אַן אויסגעטראַכטן נאָמען “לידיע וולדאַמיר ראָוונאַ טשעטשענקי”. דערנאָך האָט זי אַקטיוו מיטגעאַרבעט מיט אַ פּאַרטיזאַנישער גרופּע הינטער דער שטאָט פּערוואָמייסק אָדער סעגעליץ.

בעתן דערפילן אַ שלאַכט באַפעל איז זי צופעליק אַריינגעפאַלן אין די פאַשיסטישע הענט, און אַ חודש נאָך איר אַרעסט איז זי פאַר’משפּט געוואָרן צו טויט שטראָף. עס זיינען שוין געווען פאַרטיק די תליות אויפצוהענגען פאַרדעכטיקע פּערזאָנען, וואָס זי איז געווען איינע פון זיי. ווי אַזוי אידאַ פּינקערט איז אַנטלאָפן פון געפענגעניש איז גענוי פאַרשריבן אין דעם בוך פון “יד ושם”. עס האָבן איר געהאָלפן אַנטלויפן די אָרטיקע פּאַרטיזאַנער, בראש מיטן קאָמאַנדיר, מאַסענקאָ.

זי שרייבט: “מיין האַרץ איז שטאַרקער פון אייזן, אויב איך האָב אויסגעהאַלטן דעם שרעקלעכן גיהנום. עס איז מיר אויסגעקומען צו זיין בעת דער פאַשיסטישער אָקופּאַציע, און איך האָב געזען טויט און פאַרניכטונג. אין דער שטאָט אומאַן האָבן די פאַשיסטישע הענקער אומגעבראַכט, מיט דער הילף פון גאַז און ספּעציעלע דושעגובקעס, אַלע אידן. און אַזוי אויך אין בעלאַצערקאָוו זיינען אַלע אידן אומגעקומען”.

“ווען די פאַשיסטן האָבן אָנגעהויבן שפּירן זייער מפּלה [אין 9134 ], האָבן זיי געצוואונגען די אַרעסטאַנטן אין קיעוו אַרויסצוגראָבן די קברים, אַרויסשלעפּן די געשאָסענע און פאַרפּייניקטע אידן אין באַבי יאַר און פאַרברענען זייערע קערפּערס, און פירן דאָס אַש איבערן דניעפּער טייך. אָבער ניט אַלעמען האָט מען באַוויזן אויסצוגראָבן. די אַרעסטאַנטן האָבן זיך אָפּגעזאָגט פון אַזאַ אַרבעט. זיי האָבן צעריסן די קייטן, און זיך געוואָרפן אויף די עלעקטראָנישע אַרומצוימונגען.

*   *   *

אין קיעוו איז געווען נאָך אַ באַבי יאַר, ניט אַזאַ טיפער ריוו, אויפן וועג צום גאַלאָסיעווער וואַלד, פון אַן אַנדערער זייט שטאָט. די אידן פון יענעם טייל שטאָט זיינען געלאָפן זיך ראַטעווען, אָבער די דייטשן זיינען שוין געווען אומעטום. פאַר דעם גאַלאָסיעווער וואַלד איז געווען אַ פעלד פון מינעס, וואו עס זיינען אויפגעריסן געוואָרן די אַנטלויפנדע אידן.

אין 1961 האָט אין פאָדאַל, אויפן ראַנדגעביט פון קיעוו, געפּלאַצט אַ רער פון דער וואַסער-לייטונג. דאָס וואַסער איז דערגאַנגען ביז באַבי יאַר, האָט צעשווענקט די ערד, און עס זיינען אַרויסגעשוואומען די שאַרבנס און ביינער פון די טויטע. דאָס וואַסער האָט פאַרטרונקען פיל הייזער, און די ביימער האָבן געקלאַפּט אין די פענצטער. די באַפעלקערונג האָבן געזאָגט, אַז באַבי יאַר נעמט נקמה...

עס לויפן די יאָרן. טראַגישע געשעענישן און דעראינערונגען פון אידאַ פּינקערט וועגן באַבי יאַר פאַרפליכטן אונז צו טאָן אַלץ, אַז עס זאָל זיך ניט איבערחזרן אַזאַ טראַגעדיע. דער פּלאַנעט דעם שלום ברענג! אַלע מענטשן פון דער וועלט ווילן לעבן אונטער אַ לויטערן הימל, און דעריבער דאַרף מען היינט דעמאַסקירן דעם נעאָ-נאַציזם און רופן צו אַ קאַמף קעגן אים.

ווען איך בין געווען אין ישראל, האָב איך זיך באַגעגנט מיט אידאַ פּינקערט, אַ מענטשלעכע לעגענדע.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on October 4, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations