about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אין ירושלים האָט מען געבלאָזן
23 רבנים האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן צו פאָרמירן אַ בית דין און בלאָזן שופר
יוסף יצחק יעקבסאָן
 

אַ גרויסע גרופּע מתפּללים, אַריינרעכנדיק 23 רבנים, האָט פאַרגאַנגענעם ראש השנה תשס”ז, וואָס איז  אויסגעפאַלן אום שבת, געבלאָזן שופר.

אין ישיבת בית הבחירה אין אַלט שטאָט ירושלים האָט זיך אָנגעפילט די שוהל צוליב די קלאַנגען אַז מ’וועט דאָרט בלאָזן שופר אום ראש השנה שחל להיות בשבת. טראָץ דעם וואָס לויט די הלכה איז עס פאַרבאָטן, צוליב דער גזירה פון די חז”ל “שמא יעבירנו ד’ אמות ברשות הרבים”, מען איז חושש אַז מען וועט נעמען דעם  שופר אין רשות הרבים, כדי צו גיין צו אַ בקי, זיך אויסצולערנען בלאָזן (צוליב דעם זעלבן טעם פון “שמא יעבירנו”, האָבן די חז”ל אויך פאַרבאָטן צו שאָקלען לולב ווען סוכות פאַלט אום שבת, אָדער לייענען די מגילה אויב פּורים פאַלט אום שבת), דאָך האָבן די דאָזיקע מתפּללים זיך פאַרלאָזט אויף די שיטה אין פּוסקים וועלכע האַלט אַז אַ בית דין מעג בלאָזן שופר אום שבת.

אַ טייל פון דער גרופּע וואָס האָבן זיך באַטייליקט אינעם שופר בלאָזן, געהערן צו דער “נייער סנהדרין” גרופּע, וואָס שטייט אונטער דער פירערשאַפט פון דעם באַקאַנטן תלמיד חכם און וועלט באַרימטער אידישער אויטאָריטעט הרב עדין שטיינזאַלץ (אבן-ישראל), מחבר פונעם  שטיינזאַלץ-גמרא, אַ קאָמענטאַר אויף ש”ס. הרב צבי עידאַן, דער געוועזענער נשיא פון די סנהדרין, האָט געזאָגט אַז די רבנים וואָס האָבן זיך צוזאַמענגעקומען האָבן פאָרגעשטעלט אַ בית דין.

די חז”ל אין מסכת ראש השנה זאָגן אַז ראש השנה האָט מען געבלאָזן שופר בלויז אין בית המקדש, נישט אין אַנדערע טיילן פון ארץ ישראל, צוליב אַ ספּעציעלע תקנה פון חז”ל אַז מ’זאָל נישט בלאָזן אום שבת. אָבער נאָכן חורבן פון בית המקדש, האָט רבי יוחנן בן זכאי מתקן געווען אַז מ’זאָל בלאָזן שופר אום שבת אין יעדן אָרט וואו עס איז דאָ אַ בית דין. רבי אליעזר האָט געטענהט אַז ריב”ז האָט עס מתקן געווען בלויז אין שטאָט יבנה, אָבער אַנדערע תנאים האָבן געזאָגט אַז די תקנה פון ר’ יוחנן בן זכאי איז געווען גילטיק אין יעדן אָרט וואו עס עקזיסטירט אַ בית דין (זע ראש השנה כט, ב).

אין ראשונים זענען דאָ גרויסע מחלוקתן וועגן פּשט אין דער גמרא און ווי עס דריקט זיך אויס להלכה (זע למשל רבינו ניסים צו ראש השנה דאָרט; רמב”ם הלכות שופר פּרק ב). אין בית דין פון רבי יצחק אלפס, אין פעז, מאָראָקאָ, למשל, האָט מען יאָ געבלאָזן שופר ראש השנה וואָס איז אויסגעפאַלן אום שבת. דער רי”ף האָט געהאַלטן אַז אין אַן אָרט וואו עס איז דאָ אַ בית דין קבוע, דאַרף מען בלאָזן שופר אום ראש השנה אפילו ווען ס’פאַלט אויס אויף שבת.

מיט העכער הונדערט יאָר צוריק האָט אין ירושלים אַרויסגערופן אַ שטורעם הגאון ר’ עקיבא יוסף שלעזינגער זצ”ל (1922-1838), מחבר פון  ספר “לב העברי” און אַן איידעם פון הגאון ר’ הלל קאָלאָמייער זצ”ל, ווען ער  האָט געבלאָזן שטילערהייט שופר אין ראש השנה וואָס איז געפאַלן אום שבת. טראָץ דעם וואָס דאָס שופר-בלאָזן אום שבת פון הרב שלעזינגער האָט אַרויסגערופן בשעתו אַ שטורעם, איז דאַן געווען באַקאַנט אַז ער האָט באַקומען דערויף די שטילע צושטימונג פונעם ירושלימ’ער רב דער גאון ר’ שמואל סאַלאַנטער זצ”ל, און פון דעם ספרדישן “חכם באשי”, הרב הגאון  רבי יעקב שאול אלישר זצ”ל. אין זיין ספר “המועדים בהלכה”, שענקט אונז הגאון ר’ שלמה יוסף זעווין ז”ל אַ היסטאָרישן און תלמודישן איבערבליק פון די קאָנטרעווערסיע אַרום תקיעת שופר ווען ר”ה פאַלט אויס שבת.

הכלל, היי יאָר האָבן מיטגלידער פון דער נייער סנהדרין באַשלאָסן ווידער צו בלאָזן שופר ראש השנה שחל להיות בשבת. צוויי פון די רבנים זיינען מיטגלידער פון דער חסיד’ישער קהילה “תולדות אהרן”, פיר זיינען גערער חסידים, און צוויי פון “ליטווישן”  מתנגדישן חדר. עס זיינען אויך געווען צוויי געשטריקטע יאַרמלקעס פון דער  “מזרחי” באַוועגונג, און צוויי ספרדישע אידן, ווי אויך אַמעריקאַנער און  פראַנצויזישע אידן וועלכע האָבן געפּראַוועט דעם יום טוב פון ראש השנה אין ירושלים.

געבלאָזן שופר האָבן הרב צבי רוג’ין און הרב לייפער. צווישן די פירער פון  דער גרופּע “סנהדרין החדשה”, געפינט זיך פּראָפעסאָר הלל ווייס פון דעם  ישוב אלקנה אין די שטחים, פון דער גרופּע “תנועת המקדש”.

אין אַ מעלדונג ערב ראש השנה, האָט די גרופּע געלאָזט וויסן וועגן זייער  פּלאַן צו בלאָזן שופר אום שבת ראש השנה, מיט דעם אַרגומענט אַז “איצט, ווען מיר שטייען פאַר ‘מלחמת גוג ומגוג’, צי וועלן מיר ניט בטל מאַכן די  גזירה פון המן הרשע, דורך בלאָזן שופר אום ראש השנה?”

ווי באַקאַנט, האָט הרב שלעזינגער זייער געוואָלט בלאָזן שופר אום שבת צוליב די צרות אין יענער תקופה, ספּעציעל די 1905 פּאָגראָמען, באַזירט אויף די ווערטער פון רבי יצחק אין גמרא: “שנה שאין תוקעין בתחילתה מריעין לה באחריתה”. די גרופּע פון רבנים האָט געפילט אַז מצד די אייגנאַרטיקע סכנות אין דער לעצטער תקופה, דאַרפן זיי אנהויבן דעם יאָר מיט תקיעת שופר.

דער מנין איז געווען אַ וותיקין מנין, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן צו עלות השחר. מ’האָט געדאַוונט אינעם נוסח פון ווילנער גאון, אָן פּיוטים, און לויט דער וועב זייטל “חדשות מחלקה ראשונה” אין ישראל, איז די שוהל געווען געפּאַקט מיט מתפּללים, אַריינרעכנדיק פרויען און קינדער וועלכע האָבן געהערט די שמועה אַז דאָ וועט מען קענען הערן שופר.

אין שוהל, האָט מען צוגעבונדן דעם שופר צום עמוד כדי צו באַוואָרענען דער חשש פון חז”ל, “שמא יעבירנו ד’ אמות ברשות הרבים”, וועלכע איז מלכתחילה געווען די סיבה אויף דעם איסור צו בלאָזן שופר אום ראש השנה שחל בשבת.

דער רב פון אַלט שטאָט האָט געזאָגט: “איך האָב נישט געגעבן דעם פּסק דין”. דער רב, הרב אביגדור נבנצל האָט זיך אָבער נישט קעגנגעשטעלט די אויפפירונג, באַטאָנענדיק אַז “עס איז אַן אַלטע מחלוקת”.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on October 12, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations