about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
פּרעזידענט פון סיריע, באַשיר א
שמואל בערגער
 

דער פּרעזידענט פון סיריע, באַשיר אַסאַד, האָט אין אַן אינטערוויו פאַרגאַנגענעם חול המועד סוכות מיט דער גרעסטער טעלעוויזיע-סטאַנציע אין ענגלאַנד, “בי. בי. סי.” (”בריטיש בראָדקעסטינג קאָמפּאַני”) געזאָגט, אַז ישראל איז אין איצטיקן מאָמענט ניט אימשטאַנד אונטערצונעמען שלום-פאַרהאַנדלונגען מיט ישראל.

באַשיר אַסאַד האָט צוגעגעבן, אַז טראָץ דעם וואָס נאָך דער מלחמה פון ישראל קעגן “כיזבאָלאַ” אין לבנון, האָט ער, אַסאַד, געזאָגט אַז עס האָט זיך געעפנט אַ געלעגנהייט פאַר שלום-געשפּרעכן צווישן ישראל און סיריע, “מיינט דאָס אָבער ניט אַז עס הערשט אין ישראל אַן אַטמאָספערע פאַר אַזעלכע שלום-פאַרהאַנדלונגען”.

“מיר ווייסן ניט צי די איצטיקע רעגירונג (פון אהוד אָלמערט) איז גענוג שטאַרק צו מאַכן פאָרשריט אין דער ריכטונג פון שלום”, האָט אַסאַד געזאָגט. ער האָט אויך דערקלערט, אַז אַמעריקע ליידט פון אַ “מאַנגל אין וויזיע”, וואָס איז נויטיק אַריינצוברענגען סיריע אין שלום-געשפּרעכן מיט דער אידישער מדינה.

אַ וואָרטזאָגערין פון דער ביוראָ פון פּרעמיער אהוד אָלמערט אין ירושלים, מירי אייזן, האָט געזאָגט, אַז אַסאַד’ס דערקלערונג צילט אַוועקצוציען די אויפמערקזאַמקייט פון סיריע’ס שטיצע פאַר “כיזבאָלאַ” און די פּאַלעסטינער טעראָר-גרופּעס.

“מיר דאַרפן זען אַסאַד’ס טאַטן, ניט זיינע דערקלערונגען”, האָט מירי אייזן געזאָגט.

זינט דעם סוף פון דער מלחמה אין לבנון, האָט אַסאַד עטלעכע מאָל אויסגעדריקט גרייטקייט אונטערצונעמען שלום-פאַרהאַנדלונגען מיט ישראל, וואָס זיינען אָפּגעשטעלט געוואָרן מיט זעקס יאָר צוריק. ער האָט אָבער גלייכצייטיק געדראָט די אידישע מדינה, אַז סיריע וועט אַריינגיין אין מלחמה אויב זי וועט ניט צוריק באַקומען דעם גאַנצן שטח פון די גולן-בערג, וואָס ישראל האָט באַפרייט פון סירישן קאָנטראָל אין דער זעקס-טאָגיקער מלחמה אין יוני 1967.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on October 29, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations