about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
און גלאט כשר איז יא כשר?
הרב יעקב אייזעמאַן
 

אין דער ערשטער פרשה פון דער תורה, דערציילט אונדז די תורה די סיבה פאַרוואָס אַ וועלט פון גן-עדן איז איבערגעקערט געוואָרן אין אַ רגע צו אַ וועלט פון ווייטיק. דאָס אַלץ איז צושטאַנד געקומען צוליב איין איבעריק וואָרט. איין איבעריק וואָרט האָט געבראַכט טרויער במשך די טויזנטער יאָרן וואָס די וועלט שטייט, פונעם עת הדעת ביזן היינטיקן טאָג.

די תורה דערציילט אונדז וועגן די באַגעגעניש פון חוה מיט דעם מסית ומדיח, דעם אויפהעצער, דער שלאַנג. ער נעמט זיך צו חוה און פרעגט איר: איז טאַקע אמת אַז איר קענט נישט עסן פון די שיינע פירות דאָ אין גאָרטן? און חוה ענטפערט: ניין, פון אַלע פירות קענען מיר עסן נאָר דעם בוים וואָס שטייט אין מיטן גן-עדן טאָרן מיר נישט אָנרירן און נישט עסן פון אים.

אין דער אמתן, האָט דער אויבערשטער נאָר געהייסן נישט עסן, אָבער וועגן אָנרירן די פירות איז נישט געווען קיין ציווי. אָבער דער דאָזיקער נחש האָט אויסגענוצט דעם איבעריקן וואָרט פון חוה און האָט איר געשטופּט צום בוים. גאָרנישט האָט געטראָפן. זאָגט דער נחש צו חוה: זעסטו, פּונקט ווי דו האָסט אָנגערירט דעם בוים און נישט געשעדיקט געוואָרן, אַזוי מעגסטו אויך עסן פון די פירות און עס וועט דיר נישט פאַרשאַטן.

חוה האָט געגעסן און אויך געגעבן איר מאַן, אדם, און דאָס איז געווען די ענדע פון גן-עדן און דער אָנהויב פון אַלע צרות ר”ל ביז משיח צדקנו וועט קומען במהרה בימינו.

חז”ל האָבן אויסגעדריקט די שרעקליכע טראַגעדיע אין דריי ווערטער: “כל המוסיף גורע”. מיט איין איבעריק וואָרט קען חרוב ווערן די גאַנצע וועלט.

עס איז דאָ אַ וואָרט פון דעם רבן של ישראל, דער חתם סופר. בשעת מען האָט אָנגעפאַנגען שרייבן אויף אַ רעגולערן תלמיד חכם דעם טיטל “הרב הגאון” און אויף גאָר אַ גרויסן תלמיד חכם דעם טיטול “הגאון האמיתי”, האָט רבי משה סופר געזאָגט: “קומט דאָך אויס, אַז דער גאון סתם איז נישט אמת, איז דאָך מעגלעך אַז דער ‘גאון האמיתי’ איז אויך שקר וכזב”...

דער אמתער באַגריף פון דעם טיטול “גאון”, איז געווען אין דער תקופה פון די גאונים. אין די שפּעטערדיקע דורות איז דער טיטול מער נישט גילטיק. היינט צו טאָג נוצן מיר דעם טיטול מער נישט ווי אַ סימבאָל און אַ ‘זכרון לראשונים’. איז לא די וואָס מ’נוצט דעם טיטול אויף כל בר בי רב דחד יומי, איז נאָך צוגעקומען אַ הוספה: “הגאון האמיתי”.

ענלעך צו דעם איז דער אמת וועגן גלאַט כשרע פלייש. די משמעות פון דעם איז אַז אויף סתם כשר איז דאָ אַ שאלה. אויב אַזוי ווער זאָגט אַז “גלאַט” כשר איז יאָ כשר? אפשר איז עס נישט אַזוי “גלאַט” ווי עס הערט זיך אָן?

דעם אמת דאַרף מען זאָגן: די שאלות און פּראָבלעמען מיט אונזערע הכשרים אויף פלייש זענען ליידער גאָר גרויס. מיינען מיר דען אַז “גלאַט כשר” איז בלויז אַז די לונגען זענען גלאַט? עס זענען נאָך דאָ אַ סך ענינים וואָס מ’דאַרף, כדי צו מאַכן פלייש אמתדיק גלאַט.

ווייסט איר אַז הגאון ר’ אהרן קאָטלער זצ”ל האָט אין אַמעריקע נישט געגעסן פלייש, נאָר טשיקען, היות אַז ער האָט געהאַלטן אַז מדינא דגמרא זענען דאָ ערנסטע פּראָבלעמען מיט דער שחיטה-פּראָצעס אין אַמעריקע.

די גמרא זאָגט (חולין לז, ב) וועגן יחזקאל הנביא “שלא אכל מבהמה שהורה בה חכם”. אויב עס איז עפּעס געווען אַ שאלה אויף דער בהמה, אפילו אויב דער פּסק איז געווען כשר, האָט ער שוין נישט געגעסן פון דעם. צדיקים ווי רבי עקיבא איגר און דער חפץ חיים און אַנדערע האָבן זיך אויך געפירט אַזוי. זיי האָבן באַלד געפילט אַז דער מאכל איז הורה בו חכם און זיי האָבן זיך אַנטזאַגט דאָס צו עסן.

פאַרוואָס שרייבן מיר דאָ די הקדמה? ווייל דווקא די וואָס זענען מהדר אין כשרות זענען לא עלינו נכשל געוואָרן, נישט סתם אין אַ ספק טריפה, נאָר אין “גלאַט טריפה” ר”ל.

דער ציווי התורה איז אַז פלייש דאַרף זיין כשר און נאָכאַמאָל כשר אָן הוספות און קישוטים, און אויב נישט איז עס טריפה. דאָס איבעריקע וואָרט פון גלאַט האָט רייך געמאַכט מיט שווערע מיליאָנען אָדער ביליאָנען די אויסנוצערס, אָבער אין דער אמת’ן האָט דאָס גורם געווען 1000 מאָל מער קלקול ווי תיקון.

מען האָט זיך איינגערעדט אַז אונזער פלייש איז “גלאַט כשר” און מען איגנאָרירט שוין יאָרן די פילע שאלות און מכשולים אין אונזערע שלאַכט הייזער.

וואָס איז דער שורש פון די פּאַסקודנע שטרויכלונג און ווער איז שולדיק אין דעם?

די וואָס זענען פאַראַנטוואָרטלעך זענען די אַזוי גערופענע “פּני הדור”, וואָס די משנה רעדט וועגן זיי אין ענדע מסכת סוטה און וואָס זייער שפּיגל דערשיינט וועכנטלעך אויף דעם מיטלסטן בלאַט פון די חרדישע גאַזעטן, וואָס שטאָלצירן וואָך איין וואָס אויס מיט די זעלבע נודנע פּרצופים, דהיינו: איינער טאַנצט מיט אַ בר-מצוה בחור, אַ צווייטער האָט סנדקאות, אויך אַ גדלות, אַ דריטער האַלט אַ כוס של ברכה, אויך אַ גאונות, און צוויי שטריימלעך לאַכן פון וויצען, אַן אַנדערער איז אין טלית ותפילין און די תפילין ליגן כמעט אויפן נאָז.

רבונו של עולם! ווען לערנען זיי תורה? וואו נעמען זיי די צייט אויף אַזעלכע זאַכן? האָט דאָס געקענט פאָרקומען מיט 40 יאָר צוריק, ווען די גאונים ר’ אהרן קאָטלער און ר’ משה פיינשטיין זענען געווען די “פּני הדור”?

דער אומגליק איז, וואָס אין אַמעריקע איז די השגחה אין די הענט פון יחידים, וועלכע זענען “יוצא ונכנס”: איינמאָל אין חודש זענען זיי ‘יוצא’, צו זען וואָס עס קומט פאָר, און איינמאָל ‘נכנס’ צו נעמען די דאָלאַרן...

דער שטריימל אָדער באַרזאָלינאָ היטל זענען לחלוטין נישט די סימני כשרות, רבותי.

אין אייראָפּע איז געווען די השגחה אין די הענט פון די קהילות. נישט דער רב, נישט דער דיין, נישט דער משגיח האָט געקענט נעמען אפילו אַ פּרוטה של נחושת, ווייל ווען עס קומט צו געלט ווערט בטל אַלע דיני נאמנות. די איינציקע קהילה פון וועלכע מיר ווייסן דאָ אין אַמעריקע וואָס איז ממש אַ דוגמא ווי אַזוי עניני כשרות דאַרפן אָנגיין, איז ברויער’ס.

דער דין “עד אחד נאמן באיסורין” איז נאָר ביי זיך אין הויז, אָבער וואָס שייך דעם רבים, דאַרפן די קהילות זיין די בעלי בתים אויף כשרות, קהחלות וואָס ווערן אָנגעפירט פון רבנים יראים ושלמים וועלכע זענען בעלי אחריות.

חז”ל זאָגן אַז דער רבונו של עולם האָט געזאָגט צו אדם הראשון “תן דעתך שלא תקלקל”, דאָס מיינט, דו זאָלסט נישט קאַליע מאַכן. אדם הראשון איז געווען דער אדם השלם בתכלית, אָן קיין שום פּגם, סיי פיזיש און סיי גייסטיק, אַ שלם במדותיו. נאָכן חטא איז ער געוואָרן מלא פגימות און מיט אים די גאַנצע בריאה. דאַן זענען געוואָרן “סירכות” אויף דעם מענטשלעכן קערפּער, אויפן גאַנצן מהות פון אדם הראשון און אויף אַלע ברואים.

דאָס קען זיין דער פּשט אין “אדם ובהמה תושיע ה’”, אויף צוריק דרייען דעם מצב ווי ס’איז געווען קודם החטא, ווען די גאַנצע בריאה איז געווען אין אַ מצב פון “גלאַט”.

לאָמיר זיך פאַרנעמען אין דעם נייעם יאָר מיט גלאַטקייט וואָס אָנבאַלאַנגט בין אדם לחבירו, “גלאַט ישר”, ווי הגאון ר’ יצחק ברויער ז”ל פלעגט זאָגן.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on October 29, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations