אַ גאַנצער הערינג
ר’ יהושע העשיל האָט קינדווייז שטאַרק ליב געהאַט הערינג. איינמאָל האָט ער זיך איינגעשפּאַרט, ניט אַנדערש די מאַמע זאָל אים געבן אַ גאַנצן הערינג אויף אָנצובייסן. אויב ניט, גייט ער ניט אין חדר. וואָס טוט די מאַמע? זי נעמט אַ קעפּל פון אַ הערינג, לייגט צו דערצו אַן עק און דערלאַנגט אים.
- אָט האָסטו דיר, העשיל - זאָגט זי, אַ גאַנצן הערינג, ווי דו האָסט אַליין געוואָלט.
דאָס קינד האָט זיך געמאַכט ניט וויסנדיק, אויף מאָרגן שיקט אים די מאַמע אין שוהל דאַוונען, זוימט ער זיך דאָרט ניט מער ווי אַ פינף מינוט און קומט באַלד צוריק. וואונדערט זיך די מוטער אויף אַזאַ שנעלן דאַוונען אויף איין פוס. זאָגט איר דערויף דאָס קינד:
- וואָס וואונדערסטו זיך, מאַמע? אַז ביי דיר איז אַ קאָפּ מיט אַן עק אַ גאַנצער הערינג, איז ביי מיר “מה-טובו” מיט “עלינו” אַ גאַנץ דאַוונען.
אַ מצוות עשה
דער גרויסער רבי ר’ העשיל, דעם ש”כ’ס רבי, איז געווען קינדווייז אַ גרויסער שטיפער. איינמאָל קומט ער אַריין אין קיך און טרעפט ווי די מאַמע נעמט אַרויס צוויי אָפּגעקאָכטע טייבעלעך אויף אַוועקצוגעבן אַן אָרעמער קימפּעטאָרין. די טייבעלעך האָבן אים שטאַרק פאַרשמעקט. זאָגט ער דער מאַמען, אַז דער טאַטע רופט איר. די מוטער איז אַרויסגעגאַנגען, און אַז זי האָט זיך אומגעקערט האָט זי שוין נישט געפונען דאָס קינד אין קיך, און מיט אים זיינען אויך ביידע טייבעלעך פאַרשוואונדן. דער פאָטער האָט אים דערנאָך פיין מקיים-פּסק געווען, און דאָס קינד האָט גע’טענה’ט:
- איך האָב ניט מער ווי געוואָלט מקיים זיין אַ מצוות עשה פון דער תורה: “שלח תשלח את האם ואת הבנים תקח לך”. |