about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דייטשער סטודענט ווערט געצוואונ
שלום בערגער
 

 אַ גרופּע שילער אין אַ שטעטל אין מזרח-דייטשלאַנד, פּאַרעי, האָבן געצוואונגען זייערס אַ קאָלעגע אין דער שולע, אַ 16-יעריקער סטודענט אין זייער היי-סקול, צו מאַרשירן מיט אַן אויפשריפט אויף זיין האַלדז, אויף וועלכן עס איז געווען אויסגעקריצט דער אויפשריפט “איך בין אום אָרט דאַס גרעסטע שוויין, איך קער זיך נאָר מיט יודען איין”.

די פּאָליציי האָט געמאָלדן, אַז זיי האָבן באַוויזן צו אידענטיפיצירן דריי 15 און 16-יעריקע סטודענטן, אַלס די וואָס האָבן געצוואונגען זייער מיטשילער צו טראָגן אַזאַ אויפשריפט.

אין דער תקופה פון דריטן רייך, ווען אַדאָלף היטלער ימח שמו איז געקומען צו דער מאַכט אין 1933, האָבן די נאַצישע פּאַראַמיליטאַריסטישע סאָלדאַטן (”עס-עי”), עפנטלעך דערנידערט מענטשן וואָס האָבן געהאַט אַ שייכות מיט אידן, צו טראָגן אַזעלכע אויפשריפטן אויף זייער האַלדז, אָדער אויף דער האַנט. פרויען וועלכע האָבן געוואוינט מיט אידישע מענער, זיינען דאַן געצוואונגען געוואָרן צו האָבן אַזעלכע שילדן אויפן האַלדז.

דער אינערן מיניסטער פון דעם סאַקסאָני-אַנהאַלט ראַיאָן, האָלגער האָוועלמאַן, האָט באַצייכנט דעם אינצידענט אַלס א9 “שענדלעכער אַקט”, און געזאָגט: “עס איז אַ שאַנדע צו זען אַז עס זיינען היינט פאַראַן יוגנטלעכע אין אונזער לאַנד, וואָס גלויבן אַז אַזעלכע אַקטן זיינען דערלויבט”. ער האָט פאַרזיכערט, אַז די פּאָליציי וועט דורכפירן אַ גרונטלעכע אויספאָרשונג, און וועט באַשטראָפן די וואָס וועלן געפונען ווערן שולדיק אין אַזעלכע אינצידענטן.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on November 2, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations