הרב חיים זושא יעקב (מאַרק) שניאור (לינקס) מיט דעם?באַוואוסטן זינגער דודו פישער אין “טיימס סקווער” אין מאַנהעטן
הרב חיים זושא יעקב (מאַרק) שניאור, דער גייסטיקער פירער פון דער “ניו יאָרק סינאַגאָגע”, האָט פאָריקע וואָך געמאָלדן, אַז זיין סינאַגאָגע האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט אָפּצוקויפן אַ פּרעכטיקע געביידע אין מידטאַון מאַנהעטן, וואָס איז איצט דאָס אייגנטום פון דער ניו יאָרקער גענעלאָגישע און ביאָגראַפישע סאָסייעטי.
די שוהל, וועלכע האָט פון 2003 ביז איצט געצאָלט רענט אין דער זעקס-שטאָקיקער געביידע אויף 122 איסט 58סטע סטריט אין מאַנהעטן, וועט איצט באַצאָלן די סומע פון 24 מיליאָן דאָלאַר, און האָט אין פּלאַן אויסצוגעבן נאָך עלף מיליאָן דאָלאַר פאַר רענאָוואַציעס.
די שוהל, וועלכע שטייט אונטער דער אָנפירונג פון דער באַוואוסטער העמפּטאָן סינאַגאָגע - וואָס שטייט אויך אונטערן גייסטיקן אויפזיכט פון הרב מאַרק שניאור, - וועט דורכפירן פולע באַדינונג פאַרן ציבור אַלע טעג פון יאָר.
הרב מאַרק (חיים זושא יעקב) שניאור, איז אַ זון פון דעם פּראָמינענטן רב און וועלטס-עסקן הרב אברהם צבי (אַרטור) שניאור, רב פון דער פּאַרק איסט שוהל אין מאַנהעטן און דינט אויך אַלס דער פּרעזידענט פון דער “קדימה” פּאַרטיי אין אַמעריקע. |