about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
הערט זיי אויף אָנשיכורן
מיין מיינונג
יוסף יצחק יעקבסאָן
 

עס קומט אַ צייט ווען אַלע חשבונות און אַגרומענטן ווערן בטל ומבוטל אין דער אָנוועזנהייט פון אַ שרייענדיקן רעאַליטעט.

 במשך פילע יאָרן האָבן אַ סך אידן געגלויבט באמונה שלימה אַז ישראל קען עפּעס טאָן כדי צו העלפן דעגרייכן אַ שלום מיט אירע שכנים. איינער האָט געטענהט אַז דורך דאָס שאַפונג פון אַ פּאַלעסטינער מדינה מיטן הויפּט שטאָט אין מזרח ירושלים, וועט ענדלעך זיין שלום; אַ צווייטער האָט געטענהט אַז אויב די אידן וועלן זיך נאָר אָפּטראָגן פון די 7691 איינגענומענע שטחים, וועט זיין שלום; אַ דריטער האָט ווידער געטענהט אַז אויב ישראל וועט אַמווייניקסטנס שענקן אוטאָנאָמיע און זעלבסטשטענדיקייט צו די איינוואוינער אין די שטחים און וועט אויסרייסן אַלע אומלעגאַלע ישובים, וועט ווערן שלום. בכלל האָט מען גערעכנט, אַז אַ שטרייט איז אָפּהענגיק אָן צוויי צדדים און יעדער צד דאַרף זיין גרייט צו אַיינגיין אויף אַ פּשרה כדי צו דערגרייכן פאַרשטענדעניש.

מיר האָבן אָבער געמאַכט אַ ביטערן טעות.

די געשעענישן פון די לעצטע 10 יאָר האָבן באַוויזן שוואַרץ אויף ווייס, אַז ישראל קען גאָרנישט טאָן כדי צו דערגרייכן אַ שלום. זי קען אָבער יאָ טאָן אַ סך כדי צו העלפן דערווייטערן דעם שלום. און דאָס איז - צו העלפן די פּאַלעסטינער אָנהאַלטן זיך אָן זייער חלום צו אָפּמעקן ישראל פון דער מאַפּע; צו דערלאָזן אַז די אַראַבער זאָלן בלייבן פאַשיכורט מיט זייער אמונה אַז די אידישע מדינה וועט ענדלעך ווערן אויס.

בשעת די פּאַלעסטינער זעען, אַז ישראל איז גרייט אויף כלערליי פּשרות, אויף אָפּגעבן שטחים, אויף אויסרייסן אידישע ישובים אין יהודה, שומרון און עזה - זעען זיי אין דעם נישט אַ פּרואוו מצד אַ דעמאָקראַטישע מדינה צו דערנענטערן דעם שלום; זיי זעען עס אַלס אַ ראיה, אַז ישראל איז אומזיכער מיט זיך אַליין און אַז אויב זיי זעצן פאָר דעם דרוק און די שלאַכטן, וועט ישראל זיך ענדלעך אונטערטעניקן.

דאָס איז אַ מענטאַליטעט וועלכע די דעמאָקראַטישע מערב וועלט באַגרייפט נישט. מיר פאַרשטייען נישט דעם פּאַלעסטינער שטאַנדפּונקט אַז יעדע פּשרה איז אַ סימן פון שוואַכקייט, נישט שטאַרקייט, און אַז אויב מ’קען קריגן 20 פּראָצענט, איז קלאָר, אַז מ’קען סוף-כל-סוף באַקומען הונדערט פּראָצענט.

אפילו אַזאַ ליבעראַלער קאָלומניסט ווי יואל מאַרקוס שרייבט די וואָך אין “הארץ”, אַז “עס האָט זיך ליידער אַרויסגעוויזן אַז די עקסטרעמע און פּעסימיסטישע מתנחלים זענען געווען גערעכט; די פּאַלעסטינער ווילן נישט אַנערקענען ישראל און מאַכן שלום מיט איר עקזיסטענץ”.

טאָ ווען וועט קומען דער געגאַרטער שלום? די פראַגע קען נישט געענטפערט ווערן דורך דער אידישער מדינה. שלום וועט קומען ווען די פּאַלעסטינער געזעלשאַפט וועט זיך בייטן; ווען דער חינוך סיסטעם אין די שולעס און די דרשות אין די מאַסקס וועלן אויפהערן פּרעדיקן האַס צו אידן; ווען די אַראַבישע קינדער וועלן אויפהערן זויגן זייער מוטערס מילך אָנגעפילט מיט שנאת ישראל און די יוגנט וועט געוואויר ווערן אַז דער גרעסטער ציל אין לעבן איז נישט אויפצורייסן אַן אויטאָבוס אָנגעפילט מיט אידישע קינדער, בקיצור - ווען די מוסלמענער וועלן קומען צו דער הכרה, אַז די אידן זענען נישט דער שטן און אַז ארץ ישראל איז נישט דער מקור פון אַלע זייערע פּראָבלעמען.

 דערווייל האָבן מיר בלויז געהאָלפן פאַרשיכורן די אַראַבער מיט דעם גלויבן אַז זייער ציל איז אַ מעגלעכער רעאַליטעט. לעצטע וואָך האָט כאַמאַס דערקלערט אַז “דורך די קאַסאַמים האָבן מיר טריאומפירט איבער ישראל”. כאַמאַס באַגרייפט זייער קלאָר, אַז ישראל קעמפט אין עזה מיט איין האַנט צוגעבונדן. ישראל האָט מורא צו געזען ווערן אַלס דער אָנפאַלער. במשך די לעצטע צענדליקער יאָרן האָבן  מיר דעמאָנסטרירט צו די אַראַבער אַז מיט צייט און כוח וועט זי קענען באַזיגן און אומברענגען די אידישע מדינה.

דינסטיק האָט כאַמאַס געוואָרנט, אַז אויב ישראל וועט נישט אויפהערן הרגענען אירע מיטגלידער אין עזה, וועט שדרות פאַרוואַנדלט ווערן אין אַ תל. כאַמאַס פאַרשטייט גוט אַז זי האָט אַן אויבערהאַנט: בשעת ישראל וועט בטעות הרגענען ציווילע פּאַלעסטינער וועט די וועלט מאַכן אַ ויצעקו, ישראל וועט זיך אַנטשולדיקן, זיך צוריקציען און ווידער באַווייזן די אַראַבער ווי אומזיכער זי איז מיט זיך און איר פּאָזיציע.

לעצטן פרייטיק, האָט די יו-ען, מיט דער באַשטעטיקונג פון 651 מדינות, אָנגענומען אַ רעזאָלוציע צו פאַרדאַמען ישראל אויף דער טראַגעדיע אין בית-חנון, אין עזה, וואו ישראל אַרטילעריע האָט אומגעבראַכט אַרום 20 אַראַבער, צווישן זיי מערערע פרויען און קינדער.

עס איז געווען אַ טראַגישער טעות. די פראַגע איז, וואו איז דער יו-ען געשריי וועגן דאַרפור, וואו הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען שוין דערמאָרדעט געוואָרן, נישט דורך אַ גרייז, נאָר בכוונה תחילה מיט דער גוטהייסונג פון דער אָפיציעלער סודאַנער רעגירונג?

אָט דערציילט ניקאָליס קריסטאָף אין דער ניו יאָרק טיימס וועגן זיין באַזוך ביי אַ חולה מסוכן אין אַ שפּיטאָל אין טשאַד, נעבן סודאַן. ווען דער פּאָציענט איז געווען אינמיטן בעאַרבעטן זיין פעלד, האָבן מיטגלידער פון דער דזאַנדזשאָוויד, די אַראַבישע מילישאַ וועלכע פירט דורך די שחיטות, אים געפּרוואוט שיסן אין האַרצן. אָבער דער קויל איז נישט אַרויס פון דער רעוואָלווער. טאָ וואָס האָבן זיי געטאָן? זיי האָבן מיט אַ מעסער אַויסגעשטאָכן זיינע ביידע אויגן.

איצט ליגט ער אין שפּיטאָל, אָן אויגן, זיין פרוי און קינדער שטייען אַרום אים אין שרעק. די קינדער קענען נישט באַגרייפן מיט וואָס האָט זיך זייער פאָטער פאַרזינדיקט צו פאַרבלינדעט ווערן אויף אייביק.

האָט איר געהערט אפילו אַ פּיפּס וועגן דער מעשה, אָדער וועגן נאָך צענדליקער טויזנטער אַזעלכע געשעענישן וואָס קומען פאָר אין דאַרפור טאָג איין און טאָג אויס? קיינער טוט גאָרנישט צו קאָנפראָנטירן אַ מערדערישע רעגירונג וועלכע באַגייט גענאָציד קעגן אומשולדיקע אַפריקאַנער אין סודאַן. אין דער יו-ען איז מען פאַרנומען מיט פאַרדאַמען ישראל אויף דעם וואָס זי פּרוואוט צו באַשיצן זיך קעגן טעגלעכע ראַקעטן וואָס מ’שיקט פון אַ ראַיאָן וועלכע ישראל האָט לגמרי אויסגעליידיקט פון אידן. פאַרוואָס פאַרדאַמעט מען נישט די ראַקעטן וועלכע דערמאָרדן אומשולדיקע אידן?

כל זמן מיר אידן וועלן נישט צוריקבאַקומען אונדזער אינערלעכער שטאָלץ, וועלן מיר ווייטער אָנשיכורן די אַראַבער מיט אַ געפיל פון נצחון.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on December 7, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations