about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דעיוויד דיוק באצייכנט פּרעזידע
מענדל אדלער
 

דער געוועזענער פירער פון דער אַנטיסעמיטישער און ראַסיסטישער “קו קלוקס קלען” גרופּע, דעיוויד דיוק, איז פאָריקע וואָך אויפגעטראָטן אויף דער טעלעוויזיע-סטאַנציע “סי-ען-ען”, וואו ער האָט באַצייכנט דעם “סי-ען-ען”-אינטערוויואירער, דעם זשורנאַליסט וואָלף בליצער, אַלס אַ “ישראל-אַגענט”, צוליב דעם וואָס בליצער האָט מיט העכער 25 יאָר צוריק געאַרבעט פאַר דער “אַמעריקען-איזראַעל פּאָבליק אַפעירס קאָמיטע”, באַקאַנט אַלס “עיפּאַק”.

אין דעם אינטערוויו האָט דיוק, - אַ באַקאַנטער ראַסיסט און אַנטיסעמיט, וועלכער האָט בשעתו אויך געדינט אַלס אַסעמבלימאַן פון לואיזיאַנאַ, און האָט פאָריקע וואָך זיך באַטייליקט אין דער קאָנפערענץ צו פאַרלייקענען דעם האָלאָקאָוסט, וואָס פּרעזידענט מאַכמוד אַכמעדזשיניאַד האָט פאַררופן אין טעהעראַן, - געזאָגט, אַז די ראַטגעבער פון פּרעזידענט דזשאָדזש דאָבעליו בוש זעען אויס ווי אויף “אַ אידישע חתונה”.

אויף דעם אינטערוויו האָט דיוק אויסגעדריקט פאַרדרוס צוליב דעם וואָס די טעלעוויזיע-סטאַנציע האָט “אויפגעבלאזן” זיין פירערשאפט אין דער ראַסיסטישער “קו קלוקס קלען” גרופּע.

ווען דער זשורנאַליסט וואָלף בליצער האָט אויפגעפאָדערט דיוק’ן אויפצוקלערן וואָס עס מיינט ביי אים “אידישער קאָנטראָל” אין אַמעריקע, בעת סיי פּרעזידענט בוש און סיי ווייס-פּרעזידענט דיק טשעיני זיינען ניט קיין אידן, האָט דיוק אויסגערעכנט די נעמען פון איצטיקע און געוועזענע ראַטגעבער צום פּרעזידענט וואָס זיינען פון אידישן אָפּשטאַם, און אַז זיי זעען דעריבער אויס “ווי אַ אידישע חתונה”.

בליצער איז געבליבן רואיק בעת דעם גרנצן אינטערוויו.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on December 29, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations