about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אידישע אָרגאַניזאַציעס פאַרדאַ
מענדל אדלער
 

אַפנים אַז דער אַרטיקל פון אליעזר וויזעל אויפן ערשטן זייט פון לעצטן נומער פון אַלגעמיינעם זשורנרל האָט געהאַט אַ ווירקונג.

דער “אָרטאָדאָקס יוניאָן”, באַקאַנט אַלס “אָ-יו”, האָט פאָריקע וואָך שאַרף פאַרדאַמט די פאָרשטייער פון דער עקסטרעם-קנאישער “נטורי קרתא”, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער קאָנפערענץ וואָס דער פּרעזידענט פון איראַן, מאַכמוד אַכמעדזשיניאַד, האָט אָפּגעהאַלטן פאָריקע וואָך צו פאַרלייקענען דעם חורבן פון אידישן פאָלק אין אייראָפּע בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, אין פאַראורזאַכן אַ גוואַלדיקן חילול השם און אַ שאַנדע פאַרן אידישן פאָלק.

“די וועלט, סיי די אידישע און סיי די ניט-אידישע וועלט, דאַרף פאַרשטיין, אַז די דאָזיקע פּאַרשוינען שטעלן ניט פאָר קיינעם נאָר זיך זעלבסט; זיי פאַרמאָגן ניט קיין נאָכפאָלגערשאַפט נאָר זיך אַליין, און זיינען אַ שאַנדע פאַרן אידישן פאָלק”, ווערט געזאָגט אין דעם שאַרפן סטעיטמענט וואָס דער “אָרטאָדאָקס יוניאָן” האָט אַרויסגעגעבן.

אויך די אגודת ישראל אין אַמעריקע איז אַרויסגעקומען מיט אַ שאַרפער דערקלערונג קעגן די אַזוי-גערופענע “קנאים” וועלכע פאַראורזאַכן אַ חילול השם ברבים.

“די אידישע פּאַרשוינען וואָס דערשיינען רעגלמעסיק אין דער עפנטלעכקייט מיט אַלערליי שונאי ישראל און פּרעטענדירן צו זיין די פאָרשטייער פון אידישן פאָלק, - ניט נאָר וואָס זיי שטעלן ניט פאָר קיינעם נאָר זיך אַליין, נאָר זיי זיינען אַ שאַנדע פאַרן גאַנצן אידישן פאָלק”.

פאָריקע וואָך האָבן די פּאַרשוינען פון “נטורי קרתא” אַרויסגערופן גרויס אויפברויז אין דער גאַנצער אידישער און אַלגעמיינער וועלט מיט זייער דערשיינען ביי דער קאָנפערענץ פון די חורבן-לייקענער אין טעהעראַן, וואו זיי האָבן זיך ניט געשעמט אָפן צו האַלדזן און אַרומנעמען מיט דעם פּרעזידענט פון איראַן, אכמעדזשיניאד, און אים אַפּלאָדירט ווען ער האָט אין אַ רעדע גערופן צו דער פאַרניכטונג פון ישראל און געדראָט אָפּצואווישן די אידישע מדינה פון דער מאַפּע.

די פאָרשטייער פון “נטורי קרתא” אויף דער קאָנפערענץ האָבן זיך אפילו ניט געשעמט צו זאָגן בפני כל עם ועדה, אַז “די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל איז אַ גרעסערע סכנה פאַר אידן ווי די אָפּלייקענונג פון חורבן”.אין זיין ררטיקל לעצטן וואך אין זשורנרל, האט דער שארית הפליטה איד און שרייבער גערופן רבנים אַריינצלוגיין די פררשוינען אין חרם.

“נטורי קרתא”, וועמענס הויפּטקוואַרטיר געפינט זיך אין דער מאה שערים געגנט אין ירושלים אָבער האָט אויך אָפּצווייגן אין וויליאַמסבורג און אין מאָנסי, וואַרפט-אָפּ דעם ציוניזם, מיטן אַרגומענט אַז אידן טאָרן ניט שאַפן אַן אייגענע מדינה פאַר ביאת המשיח, אויף וועמענ’ס אָנקום אידן אין גלות מוזן וואַרטן.

די דאָזיקע שיטה איז אויך צענדליקער יאָרן דערקלערט און געפּרעדיקט געוואָרן דורך דעם ערשטן סאַטמאַרער רבי’ן, כ”ק אדמו”ר ר’ יואל טייטלבוים זצ”ל. דער סאַטמאַרער רבי זצ”ל האָט געשריבן באריכות וועגן דער דאָזיקער שיטה קעגן דער גרינדונג און עקזיסטענץ מדינת ישראל, אין זיינע ספרים “ויואל משה” און “על הגאולה ועל התמורה”. אָבער ווי באַקאַנט, איז דער סאַטמאַרער רבי זצ”ל געווען שאַרף אויסגעשפּראָכן קעגן די ווילדע אַוואַנטורעס פון די עקסטרעמע “נטורי קרתא” עלעמענטן, וואָס פאַראורזאַכן אַ חילול השם ביי דער גויאישער וועלט מיט זייערע אַנטי-ישראל אַוואַנטורעס.

מיט עטלעכע וואכן צוריק האט דער באַוואוסטער עסקן און מנהל פון בית רחל ד’סאַטמאַר, הרב הערץ פראַנקעל, געשריבן  אַן אַרטיקל אין “דער איד”, אין וועלכן ער ווייזט אויף ווי די סאַטמאַרער רביים זיינען געווען קעגן אומפאַראָנטוואָרטליכע טאַטן, וועלכע ברענגען צו חילול השם. הרב פרענקל האט אונטערגחתמעט דעם אַרטיקל אַלס “אחד הרבנים”.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on December 29, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations