about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
טריבונע פאר’ן פאלק---06-26-12
 

 אַ בריוו פון אָדעס

טייערער רעדאַקטאָר:

דאָס שרייבט צו אייך יצחק טאָקער, איך וואוין אין אָדעס, מיר איז שוין גאָט צו דאַנקען זעקס=און=אַכציק יאָר.

איך בעט אייך זייער, אויב עס איז מעגלעך, געפינט ווער עס קען מיר אויסשרייבן אייער צייטונג, איך זאָל איר רעגולער קענען באַקומען.

עס בענקט זיך זייער נאָך אַ אידישן וואָרט. דאָ זיינען אַלע צייטונגען אויף רוסיש. עס ווילט זיך זייער זיין “אין קורס” פון דעם אידישן לעבן אויף דער גאָרער וועלט.

איך בין אַ וועטעראַן פון דער מלחמה און בין שווער פאַרוואונדעט געוואָרן, איך בין אַן אינוואַליד פון דער ערשטער גרופּע.

איך דאַנק אייך פאָראויס און איך גלייב אַז מיין ביטע וועט פאַרווירקלעכט ווערן דורך אידן רחמנים בני רחמנים וועלכע וועלן ביישטייערן כדי מ’זאָל מיך קענען צושיקן די צייטונג יעדע וואָך.

אַחוץ מיר, וואָלט איך די צייטונג געגעבן לייענען נאָך אַ סך אידן דאָ.

איך ווינטש אייך געזונט און אַ סך גליק.

מיט דרץ ארץ

יצחק טאָקער

אָדעס

 ^ פון דער רעדאַקציע: מיר בעטן זייער, אַז איינער פון אונדזערע חשובע לייענער זאָל אָננעמען אויף זיך די מצווה, און קויפן אַן אַבאָנעמענט פאַרן טייערן יצחק טאָקער אין אָדעס, אוקראַינע. זייט אַזוי גוט, קלינגט אָן אין דער רעדאַקציע. לייגט ניט אָפּ.

טעלעפאָנירט, זייט אַזוי גוט, אין דער רעדאַקציע:

0400-771 ( 1 7 )דאָער שרייבט צו אונז דורכן אינטערנעץ:

 

ציוניסטישע נאַרישקייטן

חשובער רעדאַקטאָר:

אין לעצטן נומער פון אַלגעמיינעם זשורנאַל איז דערשינען אַן עסיי פון דר. גדי טאַוב, וועגן דעם קאָנטראַסט צווישן דעם ‘ווערגנדיקן געטאָ’ און ‘מדינת כל אזרחיה’, צווישן אַן עקסטרעם-רעכטן לאַגער וואָס שטימט פאַר נאַציאָנאַליטעט אויפן חשבון פון דעמאָקראַטיע און אַן עקסטרעם-לינקן לאַגער וואָס פאַרטיידיקט מענטשן-רעכט אויפן חשבון פון אידישער נאַציאָנאַליטעט. דר. טאַוב שרייבט: “די ציונים האָבן פאַרשטאַנען אַז כדי צו זיין סיי אַ איד און סיי פריי, דאַרפן זיי האָבן אַ נאַציאָנאַל-אידישע קאָלעקטיוו. זיי האָבן אָבער פאַרשטאַנען נאָך עפּעס, וואָס האָט אַרויסגערופן קעגן זיי דעם כעס פון די אָרטאָדאָקסן: לויט דער ציוניסטישער שיטה, פאַרלאַנגט זיך אַ אידישע מדינה אויך דערפאַר, ווייל אין אַ נאַציאָנאַלער וועלט, וועלן די קהילות פון חוץ-לארץ זיך בלויז דערווייטערן אַלץ מער און פאַרלירן די געמיינזאַמע אינטערעסן צווישן זיך. אויב דאָס פאָלק וועט נישט ווערן אַ נאַציאָנאַליטעט - אויב ס’וועט נישט אויפשטיין אַ נאַציע-לאַנד - ליגט די בשותפותדיקע צוקונפט פון פאָלק אין אַ ספק. אין אַנדערע ווערטער: דער ציוניזם האָט קאָנקורירט מיטן דת אויפן באַגריף “פאָלק”.

עס איז אוימגלויבלעך אַז אַ מענטש זאָל שרייבן אַזעלכע ווערטער. ווי “מופרך-מעיקראדיק” ס’איז דער דאָזיקער פּלפּול, ווייזט די אומשטערבלעכקייט פון אידישן פאָלק אין דער גלות-היסטאָריע, מיטן אוניווערסאַלן המשך פון דער בשותפותדיקער ירושה פון אידישן דת און קולטור אין אַלע תפוצות, אָן אַ “נאַציאָנאַליטעט” און אָן אַ לאַנד, אין דער צייט וואָס אַ סעקולערע אידישע מדינה דערווייטערט זיך פון זיך אַליין, מיטן אָפּטרייסלען זיך פון איר אייגענער אידענטיטעט און אָפּרייסן זיך פון דער דורותדיק-טראַדיציאָנעלער ירושה פון אידישן דת און קולטור.

במשך פון 3000 יאָר האָט דאָס אידיש פאָלק עקזיסטירט, ווי? בלויז דורך איין זאַך וועלכע האָט זיי באַגלייט זינט דעם ערשטן טאָג עד היום הזה: תורה און מצוות. ווי קען היינט אַן אינטעלעגענטער מענטש נאָך צווייפלען אין דעם דאָזיקן היסטאָרישן אמת?

נאַציאָנאַליטעט איז נישט דער ערבות אויף דעם קיום פון עם ישראל; אידישקייט איז דער גאַראַנטאָר אויף אונדזער נצחיות.

יעקב בריל

ניו יאָרק

כוליגיאַנעס, נישט חסידים

חשובער רעדאַקטאָר:

אַ יישר כח פאַר דעם אַרטיקל וועגן דעם ליובאַוויטשער גאון און נסתר הרב ר’ שלום מאָראָזאָוו זכרונו לברכה, וואָס איז געשריבן געוואָרן דורך אייער פּראָמינענטן מיטאַרבעטער ר’ יהושע דובראָווסקי.

איך וויל אייך אויך באַדאַנקען פאַר דעם אַרטיקל “ליכט צו ליכט” וועגן י”ט כסלו און חנוכה, אויך פון ר’ יהושע דובראָווסקי. דער שרייבער מאַכט פיל רייכער אייער צייטונג.

בנוגע אייער דעם אַרטיקל וועגן דעם גר”א און דעם בעל התניא זצ”ל: מ’מוז ניט פאַרעפנטלעכן אַלע בריוו קעגן חסידים. ווי עס איז ידוע, האָט דער “ועד הקהל” פון ווילנא, מיט זייערע שקרים און גוזמאות פאַראורזאַכט די גאַנצע מחלוקת, און עס איז שיין באַשריבן געוואָרן בפּרטיות פון הרב יהושע מונדשיין אין ירושלים. ספּעציעל וואָס כידוע איז געווען אַ הוראה פון דעם ליובאַוויטשן רבי’ן זצ”ל אַוועקצושטיין פון יעדן עניין וואָס שטערט צו הפצת מעיינות החסידות, ודי למבין.

וועגן דער קאָנפערענץ ביי דעם נייעם היטלער פון טעהעראַן, וואו אַזוי-גערופענע “חסידים” האָבן זיך משתתף געווען און זיך געקושט מיט אים, דאַרף מען אָפּדרוקן זייערע נעמען און בילדער, מיטן משפּחה-נאָמען און אַדרעס, און כלל ישראל דאַרף זיי אויסשפּייען פון אירע רייען. זיי זיינען כוליגאַנעס, ניט קיין חסידים.

געוואַלד, געוואַלד, עד מתי יהי’ זה לנו למוקש.

מיט אַכטונג

הירשל שיפרין

ברוקלין, ניו יאָרק

זאָגט נישט רבנים וואָס צו טאָן

חשובער רעדאַקטאָר:

זייט אַזוי גוט און גיט איבער פאַר אליעזר וויזעל, אַז די קשיא וואָס ער האָט געפרעגט איז אַ באַרעכטיקטער, אָבער מיט דעם קעפּל “רבנים, פאַרוואָס שווייגט איר?” זענט איר דורכגעפאַלן.

אַנשטאָט אַז איר אָדער אַזעלכע ווי איר זאָלן נאָכפאָלגן און גיין אין די וועגן פון די רבנים, און הערן פון זיי וואָס צו טאָן אין אַ געפאַלענער סיטואַציע, האָט איר גלייך אַ לייזונג פאַר דעם מצב, און איר לייגט-אָן אַ פינגער אויף די רבנים, אַז זיי זאָלן דאַרפן זיך פאַרענטפערן, און זיך אויך פירן לויט ווי איר און נאָך אַזעלכע ווי איר פאַרשטייען. היתכן?!

די תורה דערציילט, אַז ווען די שבטים האָבן געוואָלט באַגראָבן יעקב אבינו ע”ה אין דער מערת המכפּלה, האָט עשו געשטעלט אַ ווידערשטאַנד מיט דער טענה, אַז דאָס פּלאַץ באַלאַנגט צו אים. האָט מען נאָכגעשיקט קיין מצרים צו ברענגען אַ באַווייז אַז עשו האָט פאַרקויפט זיין חלק. אָבער אינצווישן האָט זיך באַוויזן חושים בן דן און האָט באַמערקט דעם בזיון המת, אַז דער מת ליגט אָן אַ קבורה, האָט ער גלייך געמאַכט אַן ענדע צו דער האַנדלעריי מיטן אָפּהרקן עשוס קאָפ.

שטעלט זיך די שאלה, פאַרוואָס האָבן די אַנדערע שבטים זיך ניט אָנגענומען פאַרן כבוד המת? זאָגט רבי חיים שמולעוויץ זצ”ל, אַז די אַלע שבטים זיינען אריינגעפאַלן אין דער וויכוח הין און צוריק און האָבן דערוויילע געלאָזט יעקב ליגן. אָבער חושים איז געווען טויב, ער האָט נישט געהערט וואָס עס קומט פאָר, אָבער פלוצים זעט ווער ווי יעקב אבינו ליגט און ווערט פאַרשעמט, האָט ער גלייך געמאַכט אַ סוף צו עשוס חוצפה דורך אָפהאַקן זיין קאָפ.

מ’דאַרף זיך לערנען פון חושים: מיט די וואָס זיינען געפאָרן צו איראַן איז ניטאָמיט וואָס צו האַנדלען. מיט די חברה איז דאָ בלויז איין עצה.

בכבוד

ישראל גייעס

מאַנהעטן, ניו יאָרק.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on December 29, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations