about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אַ פערד, אַ הונט און אַ מאַלפּ
הרב משה קיימאַן
 

ויגש

 דערציילט מיר אַ איד, אַליין איז ער פון די געראַטעוועטע, איז ער געקומען אין ישראל, ער האָט דאָרט געמאַכט אַ פיינעם לעבן. איז אים אַריין אַ משוגעת אין קאָפּ, ער וועט פאָרן אין דעם גאָלדענעם לאַנד אַמעריקע. איז ער געקומען מיט זיין גאַנץ פאַמיליע, געאַרבעט שווער און ביטער און געקליבן אַ סענט צו אַ סענט, ביז ער האָט אַרויסגעאַרבעט אַ גרויס געשעפט. ווען דער עולם האָט אָנגעפאַנגען צו שפּעקולירן אין וואָלסטריט, האָט ער זיך צוריקגעהאַלטן, ער איז געלעגן איינגעלייגט ווי אַ הונט אין זיין געשעפט און געהיט די פּאָר דאָלאַר, און אויך אויפגעפּאַסט אויף זיינע זין, אַז זיי זאָלן אויך נישט מאַכן קיין שפּעקולאַציעס אויף דער בערזע. האָבן טאַקע אַלע פאַרלאָרן זייערע פּאָר דאָלאַר, ער אָבער איז געבליבן ביי זיין קאַפּיטאַל.

דאַרף מען דאָך געוויינטלעך אַזאַ טאַטן רעספּעקטירן און שעצן. צום סוף לאָזט זיך אויס פּונקט פאַרקערט. די זין זיינען די מאַכערס און די קנאַקערס, און דעם טאַטן רופט מען אַלטער נאַר, אַלטער תרח און אַלטער מאַלפּע.

פרעגט ער ביי מיר: פאַרוואָס קומט דאָס אים אַזאַ באַהאַנדלונג? דאַכט זיך, אַז ער האָט געאַרבעט ווי אַ פערד פאַר זיי, געהיט די פּאָר דאָלאַר ווי אַ הונט פאַר זיי, צום סוף רופט מען אים נאָך “מאַלפּע”.

אַלס ענטפער אויף זיין קשיא האָב איך אים דערציילט די לעגענדע פון דעם וועלט באַשאַף: ווען דער אויבערשטער האָט באַשאַפן דאָס פערד, האָט ער געזאָגט: פערדעלע, דו האָסט זייער אַ שיינע אויפגאַבע פאַר זיך. דו וועסט העלפן דערנערן מיין וועלטל. מען וועט מיט דיר אַקערן און בראַניען די פעלדער און גרינער מאַכן די מענטשן אין זייער שווערער אַרבעט, דערפאַר גיב איך דיר 20 יאָר צום לעבן. דאָס איז צופיל, גרויסער ג-ט! - האָט דאָס פערד אַ זאָג געטאָן - אויב מיר איז באַשערט צו אַרבעטן שווער און ביטער, איז 10 יאָר לעבן אויך גענוג. - דיין רצון זאָל געשען! - האָט ג-ט אים געענטפערט - 10 יאָר זאָל דיין לעבן זיין.

ווען דער אויבערשטער האָט באַשאַפן דעם הונט, האָט ער צו אים געזאָגט: דו, הונט, וועסט אויך דער וועלט אַ סך נוצן ברענגען, דו וועסט זיין דער שומר הפּתח, ליגן ביים טיר און היטן דאָס הויז די פאַבריק און די קאַסע, דו וועסט אַפילו קריגן גאַנץ אָפט אַ בריק. דערפאַר אָבער וועט מען דיר געבן אַ ביין צו גריזשען און דו וועסט פון דעם ביין זייער שטאַרק הנאה האָבן. דיין לעבן זאָל אויך זיין 20 יאָר. - צופיל, גרויסער באַשעפער, צופיל! - האָט דער הונט געזאָגט - קריגן אַ בריק און גריזשען אַ ביין איז גענוג 10 יאָר. - גוט - האָט דער אויבערשטער צו אים געזאָגט - דו ווילסט 10 יאָר, זאָל זיין 10 יאָר.

ווען דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די מאַלפּע, האָט ער צו איר געזאָגט: דו, מאַלפּעלע, וועסט אויך זיין אַ נוצלעך באַשעפעניש. דו וועסט זיין אַ שפּילצייג פאַר קליינע קינדער און אויך אַמוזירן גרויסע מענטשן. מען וועט לאַכן פון דיין פּלאַפּלען און הנאה האָבן ווי דו וועסט נאָכקרימען יעדן, דו וועסט שפּרינגען פון איין בוים אויפן צווייטן מיט אַ הו-האַ און דו וועסט מיינען אַז דו טוסט עפּעס וואָס אויף, אָבער דיין אויפטו וועט זיין גאָר נישט מיט גאָרנישט. דיין לעבן זאָל אויך זיין 20 יאָר. - צופיל, אַלמעכטיקער ג-ט! צופיל - האָט די מאַלפּע אויסגערופן - פּלאַפּלען נאַרישקייטן, נאָכקרימען אַנדערע איז גאָרנישט אויפטאָן, איז גענוג 10 יאָר. - גוט - האָט דער אויברשטער צו דער מאַלפּע אַ זאָג געטאָן - אַז דו בינסט צופרידן פון 10 יאָר, זאָל זיין 10 יאָר.

ווען דער אויבערשטער האָט באַשאַפן דעם מענטשן, האָט ער צו אים געזאָגט: - דו, מענטשעלע, ביסט דער הויפּט פון אַלע מיינע ברואים, איך האָב די וועלט באַשאַפן פאַר דיר. כדי דו זאָלסט הנאה האָבן פון איר, לעב און געניס פון דער שיינער וועלטל, אין דיין לעבן זאָל זיין דורכשניטלעך פערציק יאָר. די ערשטע צייט האָבן די מענטשן זיך צופרידנגעשטעלט מיט די יאָרן, וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געגעבן. שפּעטער אָבער האָבן זיך געפונען פיל מענטשן, וועלכע האָבן אַריינגעצויגן אין זיך מער גיפט פון דער שלאַנג ווי די איבעריקע. זיי האָבן זיך אַריינגעטאָן מיט לייב און לעבן געלט צו מאַכן, האָבן זיי גענומען טענהן צום רבונו של עולם:

- צו ווייניק יאָרן האָסטו אונז געגעבן ג-טניו, וויפל געלט קען מען צוזאַמענקלייבן אין די עטלעכע יאָר? גיב אונז, טאַטע אין הימל, נאָך אַביסעלע יאָרן, כדי מיר זאָלן קאָנען אָנקלייבן עפּעס אַזוי אַ היפּשן קאַפּיטאַל!...

- גוט! - האָט ג-ט צו זיי געזאָגט - אייער וואונטש זאָל דערפילט ווערן. איך האָב 10 יאָר פון פערד, 10 יאָר פון הונט און 10 יאָר פון דער מאַלפּע. אָט די 30 יאָר וועל איך אייך צוגעבן. די ערשטע 10 יאָר וועט איר אַרבעטן ווי אַ פערד צו מאַכן געלט. די צווייטע 10 וועט איר ליגן איינגעלייגט ווי הונט און היטן אייער קאַפּיטאַל, און די לעצטע 10 יאָר וועט מען מאַכן פון אייך שפּאָט ווי פון אַ מאַלפּע...

-ווען איר, מיין פריינט, וואָלט עפּעס געטאָן פאַר דער מענטשהייט, געגעבן צדקה, געהאָלפן אָרימע, אומגליקלעכע און פאַרצווייפלטע, וואָלט איר געהאַט אַ שיינעם נאָמען אין דער געזעלשאַפט און אייערע קינדער וואָלטן געהאַט גרויס רעספּעקט פאַר אייך. איצט אָבער, אַז איר האָט בלויז געאַרבעט פאַר זיך אַליין, איז דאָ וואָס איר האָט פאַרזייט, דאָס שניידט איר איצט.

איך האָב נישט זוכה געווען וואוינען אין ישראל. ווען אַ איד האָט שוין געהאַט די זכיה צו מאַכן זיין היים אין ארץ ישראל, און אַ דאַנק ג-ט עס האָט אים דאָרטן גאָרנישט געפעלט, נאָר ווערן אַ יורד, כדי צו קומען דאָ אין די לענדער צוליב מאַכן געלט, פון דעם האַלט איך נישט...

פאַרוואָס דערצייל איך די מעשה? ווייל אין היינטיקער פּרשה ליגט דער אייביקער מוסר השכל, ווי אידן דאַרפן “קוקן” אויפן גלות. ווי אידן דאַרפן באַגרייפן אַז מיט אַלע גליקן וואָס זיי מיינען אַז זיי האָבן אין גלות, איז עס מערנישט ווי אַ צייטווייליקער חלום און סוף כל סוף וועט עס בטל ווערן.

אונדזער איינציקער אמתער היים איז ארץ ישראל; און אונדזער איינציקער אמתער גליק איז ווען מיר געפינען זיך אין אַ צושטאַנד פון גאולה אין ארץ ישראל.

ווי האָט זיך אָנגעהויבן דער ערשטער אידישער גלות? מיט דער אמונה אַז אין דער רייכער מצרים וועט דאָס אידיש פאָלק געפינען גליקן.

“ומהרתם והורדתם את אבי הנה” - און איר זאָלט וואָס שנעלער אַרונטער ברענגען מיין פאָטער אַהער. יוסף לאָזט זיך ענדלעך דערקענען פון זיינע ברידער, בעט זיך מיט זיי איבער און ווערט מיט זיי גוטע פריינט. ער פירט זיי אַרום איבערן לאַנד און ווייזט זיי זיין גרויסקייט און זיין רייכטום. ער גיט זיי אויך איבער די גוטע בשורה אַז זיין קעניג פּרעה האָט איינגעשטימט זיי אָפּצוגעבן די שיינע שטאָט “גושן”, וואו זיי קענען זיך אַלע באַזעצן, און ער וועט זיי שוין באַזאָרגן מיט אַלע נויטיקע הצטרכותן. ער גיט זיי אויך קאָסטבאַרע מתנות און זאָגט זיי אָן: “והגדתם לאבי את כל כבודי במצרים ואת כל אשר ראיתם” - איר זאָלט דערציילן מיין פאָטער וועגן דעם גרויסן כבוד וואָס איך האָב אין מצרים, און אַלץ וואָס איר האָט געזען. און איר זאָלט וואָס שנעלער אַרונטערברענגען מיין פאָטער אַהער. אויף דעם באַפעל פון פּרעהן שיקט ער אויך מיט זיי מיט אַ גרויסן טראַנספּאָרט “עגלות”, וועגענער, און, “צדה לדרך”, רייזע-קאָסטן, צו ברענגען זיין פאָטער מיט זיין גאַנצער פאַמיליע נאָך מצרים.

אָט אַזוי הויבט אָן מקוים צו ווערען די שרעקלעכע נבואה וואָס אברהם אבינו האָט געהערט ביי דעם “ברית בין הבתרים”, ווען ג-ט האָט אים געזאָגט: “ידע תדע כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם, ועבדום וענו אותם ארבע מאות שנה” - דו זאָלסט וויסן זיין, אַז דיינע קינדער וועלן זיין גרים אין אַ פרעמדן לאַנד, וואו מען וועט זיי פאַרשקלאַפן און פּייניקן פיר הונדערט יאָר.

נישט געשמידט אין אייזערנע קייטן, זאָגט דער מדרש, איז אַראָפּגעבראַכט געוואָרן יעקב קיין מצרים; מיט זיין אייגענעם ווילן  און פולן באַוואוסטזיין פאַרלאָזט יעקב זיין פאָטערלאַנד און וואַנדערט אויס נאָך מצרים. אידישע גלותן הויבן זיך געוויינלעך אָן מיט אַ זון, וואָס פאָרט אַוועק אין אַ פרעמדן לאַנד. אַרבעט זיך דאָרט אַרויף, ווערט רייך און שיקט נאָך זיין פאָטער מיט די ברידער. וועלכע וואַנדערן אויס צוליב פּרנסה און פאַרבלייבן דאָרט אין דער פרעמד, ביז, ביז, אין עטלעכע דורות שפּעטער, ווערט זיי אויך דאָרטן ענג, און זיי דאַרפן זוכן אַ נייעם מקום מנוחה.

דעריבער האָט פּרעה איינגעשטימט זיי אָפּצוגעבן די שיינע שטאָט “גושן”. פאַרוואָס הייסט עס “גושן”? ווייל וואו דער איד קומט און באַזעצט זיך זאָגט מען צו אים - “גושן”, “גיי שוין”, ווי די פּאָלאַקן ימח שמם פלעגן זאָגן: “זשרזשע דאָ פּאַלעסטינע”... אַזוי דרייט זיך די ראָד פון אידישע גלותן, אידן וואַנדערן איבער אַלע לענדער און ימים און עס איז נישטאָ קיין אָרט אויף דער וועלט וואו זיי פילן זיך זיכער אויף אייביק.

אויף דעם פּסוק אין פרשת וישב “ויוסף הורד מצרימה” - יוסף איז אַרונטערגענידערט געוואָרן קיין מצרים, באַמערקט דער מדרש: “אל תקרי הורד, אלא הוריד את אביו והשבטים למצרים” (תנחומא וישב). כאָטש יוסף איז קעגן זיין ווילן פאַרשיקט געוואָרן קיין מצרים, איז ער אָבער געווען דער גורם וואָס האָט געבראַכט דערצו, אַז זיין פאָטער מיט אַלע ברידער און זייערע קינדער האָבן סוף כל סוף עוקר געווען פון זייער אייגן לאַנד און שפּעטער פאַרשקלאַפט געוואָרן אין מצרים.

דער קלוגער יוסף, דער גרויסער “חכם ונבון” וואָס האָט געהאַט ביכולת פאָרויסצוזען די צוקונפט פאַר אַנדערע פעלקער, האָט דעם עתיד פון זיין אייגן פאָלק פאַרזען. ער האָט פאַרפעלט אָפּצושאַצן דעם גרויסן אומגליק וואָס ער ברענגט אויף זיין פאָטערס הויזגעזינט מיט דעם וואָס ער רייסט אים אויס פון זיין וואָרצל און פירט אים אין דער פרעמד. ווי אַנדערש וואָלט אויסגעזען די אידישע געשיכטע, ווען יוסף וואָלט נישט געבראַכט דערצו אַז זיין פאָטער מיט די שבטים זאָלן אַלע פאַרלאָזן זייער לאַנד און אויסוואַנדערן נאָך מצרים. ער האָט עס געקאָנט דורכפירן: מיט זיין גרויס רייכטום און פּאָליטישן פאַרנעם האָט ער זיי געקאָנט שפּייזן אין זייער אייגן לאַנד, און דאָס אידישע פאָלק וואָלט פילייכט קיינמאָל נישט פאַרזוכט דעם ביטערן טעם פון גלות.

יוסף איז געווען אַ צדיק. אָבער דעם אויבערשטנס גזירה פון “גר יהיה זרעך” האָט זיך געדאַרפט דורכפירן... איז עס געקומען דורך יוספן.

היינט צו טאָג זיינען אויך פאַראַן אידן וועלכע גלויבן אַז אין חוץ לארץ קען מען געניסן פון אַלע תענוגים. איי וואָס איז מיט ארץ ישראל? נו, אַ פּשוטע עצה: מ’לעבט אין חוץ לארץ און מ’ווערט באַערדיקט אין ארץ ישראל. ווי גערעכט איז געווען רבי ברוקא מיט זיין באַמערקונג צו רבי אליעזר, ווען ער האָט געזען ארונות מיט טויטע קערפּערס אָנקומען קיין ארץ-ישראל: “וואָס האָבן די דאָזיקע אויפגעטאָן פאַר זייער לאַנד? פאַרן לעבן האָבן זיי אים פאַרלאָזן און צום שטאַרבן זיינען זיי געקומען צו אים”... (פּסיקתא רבתי פּרק א’).

די פון אונדז וועלכע וואוינען דאָ אין חו”ל, טאָרן קיינמאָל נישט פאַרגעסן וואו איז אונדזער היים. לאָזט זיך נישט וואויל גיין פון גלות...

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on December 29, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations