דאס העכסטע געריכט אין איראַק האָט דעם דינסטיק באַשטעטיקט דעם טויט-אורטייל וואָס אַ קלענערער געריכט האָט אַרויסגעגעבן אויף סאַדאַם כוסעין פאַר זיינע “פאַרברעכנס קעגן דער מעטשנהייט”.
אין נאָוועמבער איז סאַדאַם כוסעין פאַראורטיילט געוואָרן צום טויט דורך הענגען, פאַר זיין אַריינמישונג אין די מאָרדן פון 140 מענטשן אין אַ שיאיטישן שטעטל אין 1982, ווען ער האָט חושד געווען די מענטשן פונעם שטעטל אַז זיי פּלאַנירן דורכצופירן אַן אַטענטאַט אויף זיין לעבן.
אויך צוויי פון סאַדאַם כוסעינ’ס מיטבאַשולדיקטע זיינען פאַראורטיילט געוואָרן צום טויט. איינער פון זיי איז באַרזאַן איבראַהים אַל-טיקריטי, סאַדאַמ’ס האַלבער ברודער, וועלכער האָט אָנגעפירט איראַק’ס אינערלעכע שפּיאָנאָזש-אַגענטור, און דער צווייטער איז אַוואַד אַל-באַנדאַר, דער געוועזענער פּרעזידענט פון סאַדאַם כוסעינ’ס “רעוואָלוציאָנערן געריכט”.
לויטן איראַקער געזעץ, מוז די טויט-שטראָף דורכגעפירט ווערן ביז דרייסיק טעג פונעם אורטייל. |