about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער
 
א טייל פון דער נייער פּסגת זאב געגנט אין ירושלים.

טראָץ דעם וואָס פּרעמיער בנימין נתניהו האָט אויף אַ פראַגן-און-ענטפערס סעסיע נאָך אַ רעדע פאַר דער קאָנפערענץ פון פּרעזידענטן פון אידישע אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע, אַרויסגעוויזן אַ געוויסע “ווייכקייט” איבער דער פראַגע פון בויען נייע וואוינונגען אין ירושלים (ווען ער האָט גערעדט בלויז וועגן בויען נייע הייזער אין געוויסע “אידישע” געגנטן פון ירושלים, וואָס פון זיינע רייד איז געווען קלאָר, אַז אין געוויסע געגנטן וואָס דאַרפן אַריין אין די הענט פון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט אין די ראַמען פון אַ שלום-אָפּמאַך, וועט נישט דערלויבט ווערן צו בויען הייזער פאַר אידן, ווי עס באַריכטעט שלמה שמיר, דער פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר פון “אַלגעמיינעם זשורנאַל”), האָט דער ספּעציעלער “פּלאַנירונגס-באָארד” פון שטאָט ראַט ירושלים היינטיקע וואָך באַשטעטיקט אָנצופאַנגען בויען– אויף אַ באַלדיקן אופן – צוויי און דרייסיק נייע וואוינונגען אין דער פּסגת זאב, וואָס איז באַפרייט געוואָרן אין דער זעקס-טאָגיקער מלחמה אין 1967 און געפינט זיך צו מזרח פון דער “גרינער ליניע” אין ירושלים, באַלאַנגענדיק אָפיציעל צו די טיילן פון דער “אַלטשטאָט ירושלים”, וואָס אַמעריקע פאַרלאַנגט פאָרצוזעצן דאָרט די איינפרירונג פון הייזער-בוי, וואָס לויפט-אָפּ אין סעפּטעמבער.
דעם דינסטיק האָט לימור לבנת, די “ליכוד”-מיניסטאָרשע פון קולטור און וויסנשאַפט, געזאָגט בעת אַ באַזוך אין חברון, אַז “מיר זיינען צופרידן פון נתניהו’ס פאַקטישע אַקטיוויטעטן, לויט וועלכע עס איז קלאָר, אַז עס וועט דערלויבט ווערן ווייטער צו בויען איבעראל אין די שטחים”.

 

 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 16, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations