about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר
 

די אמת׳ע גוטע נייעס פון דער דערפאָלגרייכער באַגעגעניש צווישן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און פּרעמיער בנימין נתניהו, איז נישט בלויז דער פאַקט וואָס נתניהו איז אַרויסגעקומען פון ווייסן הויז געשטאַרקט פּאָליטיש און מיט אַן אויפגעבויטן פּרעסטיזש. נישט ווייניקער וויכטיק, און אפשר אַפילו מער באַדייטונגספול, איז דער פאַקט, וואָס פּרעזידענט אָבאַמאַ איז איצט ״אַנטדעקט״ געוואָרן אַלס עמיצער וואָס איז אויסגעניכטערט פּאָליטיש, אָבער ער האָט נאָך אַלץ די אַמביציע דורכצופירן אַ שלום-אָפּמאַך אין מיטעלן מזרח, נאָר ער איז פיל מער רעאַליסטיש און דורכגעטראַכט לגבי דעם דאָזיקן ציל.
פאַר פּרעמיער נתניהו איז דער איצטיקער באַזוך אין וואַשינגטאָן געווען אַ טריאומפאַלע רייזע, וואָס מ׳באַצייכנט אויף העברעאיש ווי אַ ״מסע נצחון״. מ׳דאַרף אָבער זיין פאָרזיכטיק און נישט אַריינגעצויגן ווערן אין התפּעלות און באַגייסטערונג. מיינער אַ גוטער באַקאַנטער, שמואל ראָזנער, אַ וועטעראַן-אָבסערוואַטאָר און עקספּערט אויף די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל, האָט זייער טרעפלעך סומירט דעם נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן. אין דער פרייטיקדיקער אויסגאַבע אין ״מעריב״, האָט ראָזנער געשריבן: ״מיט נתניהו׳ן האָט פּאַסירט אַ שרעקלעכע זאַך. זיין באַזוך (אין וואַשינגטאָן) איז אַביסל צו-שטאַרק געלונגען...״.
מיט אַנדערע ווערטער, פאַר דער פריינטלעכער אויפנאַמע אין ווייסן הויז, און פאַר די אַלע שיינע זשעסטן און קאָמפּלימענטן מיט וועלכע אָבאַמאַ האָט ״באַגאָסן״ נתניהו׳ן, וועט דער ישראל-פּרעמיער דאַרפן באַצאָלן אַ טייערן פּאָליטישן פּרייז. די ערשטע זאַך וואָס יעדער אָנפאַנגער פּאָליטיקער לערנט אין וואַשינגטאָן, איז, אַז ״ס׳זיינען נישט פאַראַן קיין אומזיסטע מאָלצייטן״ .... פאַר יעדער פּאָליטישער ״טובה״ איז פאַראַן אַ פּרייז, און ס׳איז נאָך נישט געבוירן געוואָרן דער פּאָליטיקער, לאָקאַלער אָדער פרעמדער, וואָס האָט זיך געקענט אַרויסדרייען פון צאָלן דעם פּרייז.
דערווייל, אָבער, קען נתניהו זיך כאָטש דערלויבן צו זיין צופרידן און האָבן דאָס פולע רעכט צו שפּירן זיך זאַט פון פאַרגעניגן, מיט די רעזולטאַטן פון זיין איצטיקער באַגעגעניש – די פינפטע – מיט פּרעזידענט אָבאַמאַ. נאָך אַלעם, די איבערקערעניש וואָס איז פאָרגעקומען אין אַזאַ קורצער צייט אין נתניהו׳ס פּערזענלעכען מעמד און פּאָליטישע פּאָזיציע אין ישראל, איז פּשוט אַ וואונדערלעכע. מיט צוויי וואָכן צוריק, איידער ער איז אָפּגעפלויגן קיין וואַשינגטאָן, איז ער געווען אַ דערשלאָגענער און דערנידערטער פּאָליטיקער, וועמענס מעמד אויף דער פּאָליטישער אַרענע אין ישראל איז געווען כמעט אַ פאַרצווייפלטע.
די צרות און פּראָבלעמען אינערלעך און אויסערלעך, זיינען געפאַלן אויף ביבי׳ן איינע נאָך דער אַנדערער. די פאַרפּלאָנטערונג פון דער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן דעם עזה-ברעג, און דער שאַרפער קריזיס מיט טערקיי, די פּאָליטישע באַלאַגערונג קעגן ישראל אויף דער וועלט-אַרענע, און די מאַסן מאַניפעסטאַציע פון צאָרן קעגן דער אידישער מדינה, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט העכער צוויי הונדערט טויזנט מענטשן, וואָס האָבן מאַרשירט איבערן לאַנד אין פּראָטעסט קעגן דעם וואָס דער פאַרכאַפּטער ישראל-סאָלדאַט גלעד שאַליט שמאַכט שוין פיר יאָר אין געפענגענשאַפט ביי דער טעראָר-אָרגאַניזאַציע ״כאַמאַס״ אין עזה, ווי אויך די קאָנפראָנטאַציע צווישן די חסידישע עלטערן אין עמנואל מיטן העכסטן געריכט, ״בג״ץ״, האָט אויפגערעגט אַ גרויסן ציבור פון חסידישע און חרדישע אידן אין ישראל קעגן פּרעמיער נתניהו.
דערצו האָט ״ביבי״ נתניהו זיך פאַרוויקלט אין אַ מיאוסער קריגעריי מיט זיין אויסערן-מיניסטער, אביגדור ליבערמאַן, און אין דער זעלבער צייט האָט פאַרטיידיקונגס-מיניסטער אהוד ברק אויסדריקלעך פאַרלאַנגט פון נתניהו׳ן אויסצואַרבעטן און באַקאַנט מאַכן אַ שלום-אינציאַטיוו, און געוואָרנט דעם פּרעמיער, אַז ער קען נישט פאַרבלייבן  אַלס מיניסטער אין דער רעגירונג אויב עס וועט נישט געטאָן ווערן עפּעס אויפן געביט פון אַן אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער אַראַבער. קאָמענטאַטאָרן אין ישראל האָבן שוין אָנגעפאַנגען מאַכן  אַ חשבון וויפל צייט ס׳איז נאָך פאַרבליבן ביז די איצטיקע קאָאַליציע-רעגירונג וועט פאַלן.
עס גייט אָבער קוים דורך אַ וואָך, און נתניהו ווערט מיטאַמאָל פאַרוואַנדלט פון אַ ״מלך אביון״ אין אַ העלד. ער קערט זיך אום קיין ישראל אַ פריילעכער און מיט אַ ברייטן שמייכל אויפן פּנים. ער ווערט אויפגענומען אַלס פּאָליטישער אויסלייזער. קיין איין צרה און פראַגע פון דער לאַנגער ליסטע וואָס מיר האָבן דאָ פריער אויסגערעכנט, איז נאָך נישט געלייזט געוואָרן, אָבער וואָס עס האָט פּאַסירט איז, אַז דער ״איינוואוינער״ אין ווייסן הויז,  באַראַק אָבאַמאַ, האָט זיך אויפגעכאַפט, און באַגריפן די גרויזאַמע ווירקלעכקייט וואָס הערשט אין מיטעלן מזרח. נאָך דעם ווי ער האָט באַצאָלט ״רבי-געלט״ פאַר זיינע אילוזיעס און שלעכטע עצות, האָט אָבאַמאַ פאַרשטאַנען, אַז די הויפּט-סיבה פאַרוואָס די סיטואַציע אין מיטעלן מזרח ווערט כסדר ערגער און מער געשפּאַנט, איז ער אַליין – נעמלעך, די סיבה איז, זיין אייגענע פּאָליטיק און צוגאַנג כלפּי דעם לאַנגיאָריקן קאָנפליקט צווישן ישראל און די פּאַלעסטינער אַראַבער.
יודעי-דבר אין וואַשינגטאָן זאָגן, אַז שוין עטלעכע וואָכן וואָס אָבאַמאַ געפינט זיך אין אַ פּראָצעס פון אַ ״חשבון הנפש״ לגבי זיין ביז איצטיקן צוגאַנג צום מיטעלן מזרח בכלל, און צו דער פּאַלעסטינער פראַגע בפרט. עס זעט אויס, אַז אָבאַמאַ איז געקומען צו דער מסקנה, אַז די שולד פאַר דער איינפרירונג אין די באַציאונגען צווישן ישראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט ליגט אויף די פּלייצעס פון וואַשינגטאָן – נישט אין ירושלים און נישט אין ראַמאַלאַ. אָבאַמאַ איז אויך געקומען צום אויספיר, אַז זיין חנופה׳דיקע רעדע אין קאַיראָ באַלד נאָך דעם ווי ער איז דערוויילט געוואָרן אַלס פּרעזידענט פון אַמעריקע, און זיין איבערבעטונגס-אויפפאַסונג כלפּי דער אַראַבישער וועלט, צוזאַמען מיט זיינע אַגרעסיווע דערקלערונגען קעגן ישראל – נישט בלויז וואָס די אַלע זאַכן האָבן נישט ״מעסיקער״ געמאַכט די פּאַלעסטינער פירער, נאָר זיי האָבן גאָר פאַרהאַרטעוועט זייערע שטעלונגען, און עס האָט דערמוטיקט די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט צו זיין מער עקסטרעם און איינגעשפּאַרט, און אין דער זעלבער צייט, זיינען אַראַבישע און מוסולמענישע רעגירונגען גאָר געוואָרן מער פיינטלעך כלפּי אַמעריקע.
אָבאַמאַ האָט אויך ״אויסגעפונען״, אַז ער האָט שטאַרק גרינגעשעצט דעם פאַרנעם פון סימפּאַטיע און שטיצע פון וועלכע ישראל געניסט אינעם אַמעריקאַנער סענאַט און קאָנגרעס. הויכראַנגיקע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט פון ביידע פּאַרטייען האָבן ״געגעבן צו פאַרשטיין״ דעם פּרעזידענט, אַז זיי זיינען נישט איינשטימיק, און זיינען אַפילו ברוגז צוליב דעם אַגרעסיוון און ״קאַלטן״ אופן ווי ער באַציט זיך צו ישראל און איר פּרעמיער, בנימין נתניהו. קאָנגרעסמאַן עריק קענטאָר, דער פירער פון דער רעפּובליקאַנער מינדערהייט אין קאָנגרעס, האָט פאַרגאַנגענעם שבת געהאַלטן אַ רעדע אין דער שוהל פון הרב מאַרק שניאור אין לאָנג איילאַנד. צווישן אַנדערן האָט קענטאָר געזאָגט, אַז שוין לאַנגע יאָרן איז אין וואַשינגטאָן נישט געווען אַזאַ צעטיילטער און פּאַרטייאישער קאָנגרעס ווי דער איצטיקער. ״די איין-איינציקע ‘אישו׳, אין וועלכער דער קאָנגרעס איז אַבסאָלוט פאַראייניקט און ביידע פּאַרטייען זיינען איינשטימיק בנוגע דעם עניין, איז די פראַגע פון שטיצע און סימפּאַטיע פאַר ישראל״.
פאַרלעסלעכע קוואַלן אין וואַשינגטאָן דערציילן, אַז באַלד נאָכן אינצידענט מיטן שיפן-קאַראַוואַן אויפן ים נעבן די ברעגן פון עזה, איז געשאַפן געוואָרן אַ דירעקטער קאָנטאַקט צווישן פּרעזידענט אָבאַמאַ און פּרעמיער נתניהו. אַמעריקע איז געווען די איינציקע גרויסמאַכט וואָס האָט זיך נישט באַטייליקט אין דער גלאָבאַלער כוואַליע פון באַשולדיקונגען קעגן ישראל נאָך דער אָפּעראַציע קעגן דער ״מאַרמאַראַ״-שיף, און פּרעמיער נתניהו האָט אָנגעפאַנגען שטילע געשפּרעכן מיט פּרעזידענט אָבאַמאַ, אין וועלכע די צוויי פירער האָבן דיסקוסירט פאַרשידענע שריט און געדאַנקען צו פאַרבעסערן און שטאַרקן די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל. לויט די דאָזיקע קוואַלן, האָבן אָבאַמאַ און נתניהו פּלאַנירט און אויסגעאַרבעט אין די טעלעפאָנישע געשפּרעכן, די ״סקיצע״ פאַר דער פריינטלעכער באַגעגעניש אין וואַשינגטאָן פאָריקן דינסטיק.
אַוודאי איז ביי דער דערפאָלגרייכער באַגעגעניש צווישן אָבאַמאַ און נתניהו, נישט איינגעפעדימט געוואָרן אַ ספּאָנטאַנע פריינטשאַפט צווישן די צוויי פירער. ס׳איז געווען מער ווי אַ ״טרעף-פּונקט״ פון געמיינזאַמע אינטערעסן און אַ באַגעגעניש צווישן צוויי פירער, וואָס זיינען פאַראינטערעסירט אָנצופאַנגען אַ נייעם קאַפּיטל אין די באַציאונגען צווישן זייערע לענדער. עס דאַרף באַטאָנט ווערן, אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט נישט געביטן זיין אויפפאַסונג, אַז דער קאָנפליקט צווישן ישראל און די פּאַלעסטינער אַראַבער איז אַ שטער און אַ שטרויכלונג פאַר דער רואיקייט און שטאַביליטעט אין מיטעלן מזרח, און דער פּרעזידענט איז פאַרבליבן געטריי, אפשר נאָך מער ווי פריער, זיין ציל צו גרינדן אַ פּאַלעסטינער מדינה. ״אין זיינע געשפּרעכן מיט נתניהו האָט דער פּרעזידענט גערעדט מיט אַ נייעם טאָן, אָבער די מעלאָדיע איז געווען די זעלבע״, האָבן קאָמענטאַטאָרן אין וואַשינגטאָן באַטאָנט.
פאַקטיש איז ביי דער באַגעגעניש דערגרייכט געוואָרן איין-איינציקע קריטישע און מהות׳דיקע דערגרייכונג, וואָס איז זייער וויכטיק און גורל׳דיק פאַר דער אידישער מדינה. דער פּרעזידענט האָט אויף אַ קלאָרן און קאַטעגאָרישן אופן פאַרזיכערט ישראל, אַז זי קען ווייטער אָנגיין מיט דער אַלטער פּאָליטיק פון ״עמימות״ – נעמלעך, צו ״פאַרטונקלען״ איר נוקלעאַרן פּראָגראַם. ביז היינט האָבן די אַמעריקאַנער פּרעזידענטן קיינמאָל נישט גערעדט עפנטלעך וועגן ישראל׳ס אַטאָמישן אַרסענאַל, און ס׳האָט געהערשט אַ לאַנגיאָריקע שטילע איינשטימונג צווישן אַמעריקע און ישראל, לויט וועלכער אַמעריקע ״פאַרמאַכט די אויגן״ און מישט זיך נישט אַריין אין ישראל׳ס נוקלעאַרע אַמביציעס. באַראַק אָבאַמאַ איז דער ערשטער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וועלכער האָט אויף אַן עפנטלעכן און אָפיציעלן אופן, געגעבן אַ ״הכשר״ פאַר ישראל׳ס אַטאָמישן פּראָגראַם. דאָס איז אַ שריט, וואָס טראָגט אַ ריזיקן באַדייט פאַר ישראל. אין אַן אינטערוויו מיט אַ טעלעוויזיע-סטאַנציע אין ישראל, האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ פאָריקע וואָך געזאָגט, אַז ״מיין אַדמיניסטראַציע האָט באַזאָרגט ישראל מיט מער זיכערקייט, ווי יעדע פריערדיקע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע אין דער געשיכטע״.
איין פראַגע האָבן אָבאַמאַ און נתניהו בשום פּנים ואופן נישט געוואָלט דיסקוטירן עפנטלעך – די פראַגע איבער פאַרלענגערן די בוי-איינפרירונג אין יהודה און שומרון. פאַר זייער ״דעקלאַרירטער״ שווייגעניש זיינען פאַראַן צוויי אויפקלערונגען. ערשטנס, ביידע פּלאַנירן און האָפן, אַז ביז קומענדן סעפּטעמבער, דער דאַטום ווען די בוי-איינפרירונג דאַרף זיך ענדיקן, וועלן שוין פאָרקומען דירעקטע פאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, און דער עניין פון בויען נייע הייזער און וואוינונגען אין די אידישע ישובים אין יהודה און שומרון, וועט זיין אַ פראַגע וואָס די צדדים וועלן דיסקוטירן צווישן זיך. די צווייטע אויפקלערונג, וואָס איז מער לאָגיש, איז, אַז אָבאַמאַ און נתניהו האָבן איינגעשטימט, אַז די בוי-איינפרירונג זאָל פאַרלענגערט ווערן, אָבער אויף אַ שטילן אופן, נישט דורך אַן עפנטלעכן רעגירונגס-באַשלוס.
״איך גלויב, אַז נתניהו וויל באמת שלום, און אַז ער איז גרייט צו נעמען ריזיקעס פאַר שלום״, האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ דערקלערט נאָכן געשפּרעך פון אָנדערהאַלבן שעה, וואָס ביידע האָבן געהאַט אונטער פיר אויגן. די גרויסע פראַגע, אויף וועלכער ס׳איז דערווייל נישט פאַראַן קיין קלאָרער ענטפער, איז: צו וואָס האָט פּרעמיער נתניהו זיך פאַרפליכטעט? אויף וועלכע ״וועקסלען״ האָט ער אונטערגעשריבן?
פּרעמיער נתניהו האָט פונדאָסניי אויפגעבויט די גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע, און האָט אויפגעפרישט און דערמונטערט די פאַרבינדונג און קאָמוניקאַציע מיטן פרעזידענט. דאָס זיינען נישט סתם דערגרייכונגען, נאָר אַ וויכטיקער פּאָליטישער פאַרמעגן, אין דער בחינה פון ״נכסי צאן ברזל״, וואָס דער ״מקבל״ איז פאַראַנטוואָרטלעך פאַר זייער ווערט ...
די קומענדע וואָכן און מאָנאַטן  וועלן ווייזן ווי אַזוי פּרעמיער נתניהו באַהאַנדלט דאָס דאָזיקע פאַרמעגן.

 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 16, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations