about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן
 
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און פּרעמיער נתניהו, בעת זייער באַגעגעניש פאָריקע וואָך אין ווייסן הויז

שוין באַלד ביי זייער אָנקום אין “בלעיר האַוז”, די פּרעזידענטלעכע קוואַרטיר פאַר פּראָמינענטע געסט, האָט זיי דערוואַרט אַ וואַרעמהאַרציקער בריוו און אַ קראַנץ בלומען פון דער “ערשטער לעידי”, מישעל אָבאַמאַ. שפּעטער זיינען געקומען די באַגעגענישן, די שמייכלען, די פאָטאָגראַפיעס און דער געמיינזאַמער מיטאָג-מאָלצייט.
וואָס האָט מיטאַמאָל פּאַסירט? האָט אָבאַמאַ באַשלאָסן אויסצוקירעווען דעם דאַשעק? האָט ער געטוישט זיין באַציאונג צום ישראל-פּרעמיער, מיט וועלכן ער האָט קוים אַ חודש-צוויי צוריק זיך נישט געקענט שטעלן אַפילו צו אַ געמיינזאַמער פּאָזע פאַר דער קאַמעראַ? האָט ער איינגעזען, נאָך איין יאָר זיין אויפן אַמט, דעם טראַגישן טעות פון זיין איבערבעטונגס-פּאָליטיק מיטן דזשיהאַדיסטישן איסלאַם?
וואָס האָט באַוואויגן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט צו מאַכן די דיאַמעטרישע איבערקערעניש אין זיין אויפנאַמע און באַציאונג צו נתניהו? וואָס, צום ביישפּיל, וואָלט געזאָגט אויפן דאָזיקן זיגזאַג דער אַמעריקאַנער פאַרטיידיקונגס-מיניסטער, ראָבערט געיטס, וועלכער האָט ביי אַ פאַרהער פון אַ סענאַט-קאָמיסיע דעפינירט רוסלאַנד’ס צעמישטן צוגאַנג לגבי איראַן אַלס “סקיצאָפרעניש”?


אין די לעצטע חדשים איז געווען קענטיק פאַר יעדן די באַמיאונג פון אָבאַמאַ פאָרצושטעלן נתניהו ווי דער וואָס מאַכט אַ ריס אין די באַציאונגען צווישן די צוויי לענדער. פאַקטיש איז נתניהו געגאַנגען אַ ווייטערן שריט ווי יעדער ביז-איצטיקער ישראל-פּרעמיער, איינשטימנדיק איינצופרירן דאָס בויען אין יהודה ושומרון אויף ניין חדשים, אין דער צייט וואָס די פּאַלעסטינער האָבן נישט געטאָן די מינדסטע זאַך אַרויסצואווייזן זייער אינטערעס אין אַ שלום.
דער “ראָיס”, אַבו מאַזען, האָט פאַרלאַנגט אַז ישראל זאָל אויפהערן בויען אין די התנחלויות בלויז אַלס פאָרבאַדינג צו זיין הסכמה זיך אַוועקצוזעצן אונטער איין דאַך מיטן ישראל-פּרעמיער, וועלכער רופט אים שוין פון ערשטן טאָג אָן, צו פירן דירעקטע שלום-געשפּרעכן, “אין ירושלים, אָדער אין ראַמאַלאַ”. געטריי צו דער פּאַלעסטינער און אַראַבישער טראַדיציע, האָבן סיי אַבו מאַזען און סיי די אַראַבישע ליגע דערקלערט אַז עס האָט נישט קיין זין צו פירן דירעקטע געשפּרעכן, כל-זמן ישראל הערט נישט אויף לחלוטין צו בויען אין די שטחים, אין מערב-ברעג, ווי אין ירושלים.
אין די צייטן פון פריערדיקן פּרעמיער, אהוד אָלמערט, האָבן זיך געפירט נאָכאַנאַנדיקע געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער. אָלמערט איז געווען גרייט, צווישן אַנדערן, צו שענקען די פּאַלעסטינער 94 פּראָצענט פון מערב-ברעג. גלייכצייטיק איז אָנגעגאַנגען דאָס בויען אין די התנחלויות, און עס האָט קיינעם גאָרנישט געאַרט. נאָך זיין אַרויפקום אויפן אַמט, האָט אָבאַמאַ קאַפּיטולירט צו אַבו מאַזען און געצוואונגען נתניהו אינגאַנצן אָפּצושטעלן די בוי-טעטיקייט אין ירושלים און אין מערב-ברעג. דאָס האָט אָבער נישט באַוואויגן די פּאַלעסטינער צו וועלן שלום מאַכן מיט ישראל.
עס האָט אויך נישט געווירקט אָפּצושטעלן די נאָכאַנאַנדיקע קריזיסן צווישן וואַשינגטאָן און ירושלים. אָבאַמאַ האָט פאָרגעזעצט מיטן דריקן און באַליידיקן נאָכאַנאַנד דעם ישראל-פּרעמיער. עס איז דעריבער קלאָר, אַז אָבאַמאַ, נישט נתניהו, האָט געפירט צום אָנגייענדן פּאָליטישן ריס מיט דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע.


עס איז ביי קיינעם נישט קיין ספק, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט ביים איצטיקן צוזאַמענטרעף מיט נתניהו, געטוישט זיין באַציאונג צום ישראל-פּרעמיער. לויט אָבאַמאַ’ס אויפפּאַסונג, אָבער, האָבן ביז איצט אויך געהערשט פריינטלעכע באַציאונגען צווישן ישראל און אַמעריקע.
“עס איז מעגלעך, אַז אַ טייל פון די פאַרדאַכטן קעגן מיר נעמען זיך צוליב דעם וואָס מיין מיטלסטער נאָמען איז כוסעין,” האָט אָבאַמאַ זיך באַקלאָגט אין אַן אינטערוויו מיט דער ישראל-ראַדיאָ. די ישראלים, די קעגנער פון אָבאַמאַ אין די אידישע און פּאָליטישע קרייזן אין אַמעריקע, הייסט עס, זיינען שולדיק אין איסלאַמאָפאָביע... פּסיכאָלאָגן וואָלטן עס מעגלעך דעפינירט אַלס אַ “פּאַסיווע-אַגרעסיווע אויפפירונג”, אין וועלכער דער אַגרעסיווער און דאָמינירנדער שפּילט די ראָלע פונעם קרבן.
דער לעכערלעכער פּרואוו צו טענה’ן אַז ס’איז נישטאָ קיין ענדערונג, און אַז אָבאַמאַ איז ביז איצט אויך געווען סימפּאַטיש און פריינטלעך צו נתניהו און זיין רעגירונג, איז גאָרנישט מער ווי אַן אָנגריף אויף דער אינטעליגענץ פון יעדן, וואָס האָט זיך אַביסל פאַראינטערעסירט אין די באַציאונגען צווישן ישראל און אַמעריקע במשך פונעם פאַרלאָפענעם יאָר.
דער קאָנטראַסט ווייזט זיך אַמבולטסטן אַרויס איצט, אין די גאָר-וויכטיקע דערקלערונגען פון אָבאַמאַ בנוגע אַמעריקע’ס פאַרפליכטונג צו ישראל’ס סטראַטעגישער אויבערהאַנט אינעם ראַיאָן. אָבאַמאַ האָט פאַרזיכערט אַז די “פאַרנעפּלטע פּאָליטיק” לגבי ישראלס נוקלעאַרע פּראָגראַמען וועט פאָרגעזעצט ווערן, און אַז עס וועט נישט זיין קיין דרוק אויף אַן אויסערלעכן קאָנטראָל אויף ישראל’ס נוקלעאַרע אינסטאָלאַציעס. אָבאַמאַ איז דערמיט געגאַנגען נאָך אַ ווייטערן שריט ווי אַלע ביז-איצטיקע פּרעזידענטן, מאַכנדיק די דאָזיקע באַמערקונגען אין דער עפנטלעכקייט.
דאָס איז אין קלאָרן און שאַרפן קעגנזאַץ צו אָבאַמאַ’ס שטיצע בלויז אָנדערהאַלבן חודש צוריק פאַר אַן אַנטי-ישראל רעזאָלוציע ביי אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפערענץ אויפן דאָזיקן געביט.


פאַראַן וואָס זעען אין אָבאַמאַ’ס געענדערטער באַציאונג אַ ווענדפּונקט אין זיין אויפפּאַסונג לגבי די געשעענישן אין מיטעלן מזרח. אָבאַמאַ איז אַרויפגעקומען אויפן אַמט מיט דער פּרעטענזיע צו פירן צו אַן איבערבעטונג צווישן די צעקריגטע וועלט-ציוויליזאַציעס. באַלד ביים אָנהייב, איז ער געפלויגן קיין אַנקאַראַ און קאַיראָ און געהאַלטן איבערבעטונגס-רעדעס צו דער מוסולמענישער וועלט. ער האָט אויסגעשטרעקט אַ האַנט צו אַכמעדזשיניאַד, רופנדיק צו אַ דיאַלאָג מיטן פאַנאַטישן רעזשים פון איסלאַמישן רעפּובליק אין איראַן.
אַ שליסל-ראָלע אין דער דאָזיקער פּאָליטיק איז געווען די דערווייטערונג און דערנידריקונג פון ישראל, וואָס איז געשטאַנען ווי אַ ביין אין האַלדז פאַר אָבאַמאַ’ס אַפּאָלאָגעטישער וויזיע. אָבאַמאַ האָט געהאָפט, אַז אַן אָפענער ריס און אָרקעסטרירטע קריגעריי מיט ישראל וועט פירן צו אַ דערנענטערונג פונעם איסלאַם צו אַמעריקע.
דער דאָזיקער, מעגלעך-פּאָזיטיווער צוגאַנג האָט זיך אַרויסגעשטעלט ווי אַ שרעקלעכע נאַאיוויטעט, וואָס באַדראָט די זיכערקייט פון דער גאַנצער וועלט. דער דזשיהאַדיסטישער איסלאַם האָט דערקלערט אַ קאַמף אויף לעבן און טויט מיטן מערב. די אַטאַקעס פונעם עלפטן סעפּטעמבער, 2001, זיינען געווען בלויז איין עפּיזאָד אינעם קאַמף פונעם ראַדיקאַלן איסלאַם קעגן דער ציוויליזירטער וועלט.
אָבאַמאַ’ס פּאָליטיק האָט געליטן אַ שניידיקן דורכפאַל. טערקיי האָט זיך דערנענטערט צו דער “גרופּע פון שלעכטס”, איראַן און סיריע. אַכמעדזשיניאַד האָט אַ שפּיי געטאָן אויף אָבאַמאַ’ס אויסגעשטרעקטער האַנט, צפון-קאָרעאַ האָט זיך אָנגעשלאָסן אינעם פעסטיוואַל, אויף אַן אופן ווי זי האָט זיך נישט דערלויבט אין דער בוש-עפּאָכע. אָבאַמאַ’ס קאַפּיטולאַציע צו די פּאַלעסטינער האָט דערווייטערט די שלום-אונטערהאַנדלונגען און אויסזיכטן פאַר אַ שלום.
האָפנטלעך האָט זיך אָבאַמאַ אויסגעניכטערט פון די זיסע טרוימען צו חנפ’ענען די איסלאַמישע דזשיהאַדיסטן.


טייל זעען אינעם געענדערטן צוגאַנג בלויז אַ פּאָליטישע טאַקטיק, אַלס טייל פונעם פּרואוו פון אָבאַמאַ צו דריקן אויף נתניהו. די פּאָליטיק איז געבליבן די זעלבע, נאָר די מיטלען האָבן זיך געענדערט. אַנשטאָט דעם טעלער מיט קוילן, האָט אָבאַמאַ איצט באַשלאָסן אונטערצורוקן דעם שיסל מיט די רענדלעך, אָדער אויפן היינטיקן פּאָליטישן זשאַרגאָן: אַנשטאָט דעם שטעקן, צו ווייזן נתניהו’ן די מייערן, נאָכדעם וואָס דער ביז-איצטיקער דרוק האָט זיך אויסגעשעפּט און אַרויסגעשטעלט אַלס אומווירקזאַם.
אַנדערע אידענטיפיצירן דערין אַ פּאָליטישן מאַנעווער פונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, אין צוגרייטונג צו די אָנקומענדע קאָנגרעס-וואַלן, קומענדיקן נאָוועמבער, ווען די דעמאָקראַטן זיינען אויסגעשטעלט צו ליידן אַ דורכפאַל אויב אָבאַמאַ וועט פאָרזעצן אויסאיבן אַ דרוק אויף ישראל. נאָך די וואַלן וועט אָבאַמאַ ווידער זיין פריי צו דריקן ישראל, ביז צו די צוקונפטיקע פּרעזידענט-וואַלן. אויך נתניהו איז געווען פאַראינטערעסירט אויסצומיידן אַ ריס מיט אָבאַמאַ ביי זיין איצטיקן באַזוך אין וואַשינגטאָן. גלייכצייטיק איז ער געווען פאָרזיכטיק נישט אויפצורעגן זיין קאָאַליציע. ביידע פירער האָבן זיך באַמיט צו גיין צווישן די טראָפּנס.
נתניהו האָט זיך נישט פאַרפליכטעט ביי זיין איצטיקן באַזוך אין אַמעריקע, ווייניקסטנס נישט  אין דער עפנטלעכקייט, פאָרצוזעצן מיטן איינפרירן דאָס בויען אין די התנחלויות נאָכן אָפּלויף פון דעם ניין-חדשימ’דיקן פּעריאָד, אין בערך צוויי חדשים אַרום. אויך אָבאַמאַ האָט עס נישט געפאָדערט פון אים אָפיציעל. ביידע האָבן באַשלאָסן אויסצומיידן קאָנטראָווערסאַלע טעמעס, יעדער צוליב זיינע פּאָליטישע אינטערעסן אינדערהיים. אָבער די פראַגע איז: וואָס האָט מען גערעדט דאָרט “צווישן פיר אויגן”?
האָט נתניהו באַשלאָסן אין אַ שטילן אָפּמאַך מיט אָבאַמאַ פאָרצוזעצן מיטן איינפרירן דאָס בויען אין יהודה ושומרון, און אַזוי אויך אין ירושלים, אויף אַן “אומאָפיציעלן” אופן? וועט אָבאַמאַ פאָרזעצן מיטן דרוק, אָדער מיט זיין איצטיקער פּאָליטיק, און פאַרוואַנדלט ווערן אין אַ פריינט פאַר ישראל? דאָס אַלץ וועט קלאָרער ווערן אין די קומענדע חדשים.
זייענדיק אין זיין האָטעל אין אַמעריקע, איז נתניהו שטעקן געבליבן אינעם עלעוועיטאָר. אין די אָנגעצויגענע מאָמענטן, האָט שרה נתניהו געבראָכן די שפּאַנונג. “נישט געזאָרגט”, האָט זי געזאָגט. “ביבי ווייסט אַרויסצוקריכן פון עלעוועיטאָרס אויב מ’דאַרף”. וועט ער אויך וויסן אַרויסצוקריכן פונעם פּאָליטישן דרוק פון אינעווייניק און פונדרויסן?

 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 16, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations