about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
¬אַן עפּיזאָד מיט אַ ראש ישיבה אין תורה ודעת
ישראל חבר
 

ביי אַ געלעגנהייט איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו כאַפּן אַ שמועס מיט מיינעם אַ באַקאַנטן וועגן דער תקופה מיט פערציק יאָר צוריק, ווען מיר האָבן צוזאַמען געלערנט אין דער ישיבה ״תורה ודעת״, און מיר האָבן זיך דערמאָנט אַן עפּיזאָד מיט אַ חברותא׳שאַפט, וואו איינער איז געווען אַ ליטווישער בחור און דער צווייטער – אַ ליובאַוויטשער חסיד, און ביידע האָבן צוזאַמען זייער גוט געלערנט.
האָט זיך געטראָפן, אַז ערב י״ט כסלו האָט דער ליובאַוויטשער בחור געלאָזט וויסן זיין חברותא, אַז יענעם אָוונט וועט ער נישט זיין ביים לערנען, ווייל ער וויל גיין צו אַ ״פאַרברענגען״ ביים ליובאַוויטשער רבי׳ן לכבוד י״ט כסלו. האָט דער חברותא אויסגעדריקט זיין קעגנערשאַפט דערצו אַז דער ליובאַוויטשער בחור זאָל גיין צום ״פאַרברענגען״, ווייל דאָס וועט שטערן זייער לערנען, און צו לערנען אַליין איז נישט דאָס זעלבע ווי מיט אַ חברותא.
האָבן זיי באַשלאָסן צו האַלטן אַ ״דין תורה״ ביי זייערס אַ מגיד-שיעור, איינער פון די ראשי הישיבה אין ״תורה ודעת״, און אַזוי ווי דער ראש ישיבה וועט פעסטשטעלן, אַזוי וועלן זיי טאָן. זיצנדיק אַזוי ביים ראש ישיבה, האָט דער ליובאַוויטשער בחור געזאָגט, אַז ער וויל גיין אין אָוונט צום ליובאַוויטשער רבינ׳ס פאַרברענגען לכבוד י״ט כסלו, און דער צווייטער האָט גע׳טענה׳ט, אַז אויב ער וועט מוזן לערנען אָן אַ חברותא, וועט דאָס לערנען געשטערט ווערן.
האָט דער ראש הישיבה גוט אויסגעהערט ביידע בחורים, און האָט פעסטגעשטעלט, אַז וויבאַלד דער בחור וויל גיין צום פאַרברענגען און פון דעם וועט ער באַקומען אַ גרויסע עלייה אין אַלע עניינים, וואָס וועט אים אויך זיין צוהילף אין זיינע שפּעטערדיקע לימודים, זאָל דער בחור האָבן די פולע דערלויבעניש צו זיין צום פאַרברענגען. צופעליק האָב איך געקענט יענעם ראש ישיבה. ער איז געווען זייער צוגעלאָזן צו די תלמידים, מיט אַ גלאַטן פאַרשטאַנד.
איך האָב זיך דערמאָנט אין דער געשיכטע, ווייל לעצטנס איז פאָרגעקומען אַן אסיפה אין לעיקוואוד, וואו טויזנטער אידן האָבן זיך פאַרזאַמלט מחזק צו זיין די אָרגאַניזאַציע ״פּעילים״ – ״לב לאחים״, וואָס פאַרנעמט זיך מיט דערנענטערן אידן אין ישראל צו אידישקייט. דער צוועק פון דער אסיפה איז געווען צו שאַפן געלט פאַר דעם מוסד ״לב לאחים״.
דער הויכפּונקט פון דער אסיפה האָט געדאַרפט זיין ווען עס איז געוויזן געוואָרן אַ ״הוקאָפּ״ (״לייוו״ – לעבעדיק), ווי הרב הגאון ר׳ חיים קאַניעווסקי זיצט ביי זיך אינדערהיים אין בני-ברק מיט זיין שוואָגער, הרב הגאון ר׳ יצחק זילבערשטיין, און הרב זילבערשטיין לייגט-פאָר פאַרשידענע שאלות וואָס קומען-פאָר ביי די מדריכים פון ״לב לאחים״.
אַזוי איז פאָרגעלייגט געוואָרן איין שאלה נאָך דער צווייטער, ביז מ׳האָט אַרויפגעלייגט אויפן טיש אַ שאַלה, איבער אַ פאַל מיט די באַלעבאַטים אין אַ קאָנסערוואַטיוון טעמפּל אין ישראל, וועלכע האָבן זיך געמאָלדן ביי די משפּיעים פון ״לב לאחים״, מיט אַן איינלאַדונג צו קומען אָנוואַרימען זיי מיט דרשות. ווילן די משפּיעים וויסן, צי עס איז אויסגעהאַלטן על-פּי דין אַז זיי זאָלן אַריינטרעטן אין אַ קאָנסערוואַטיוון טעמפּל צו האַלטן דאָרט דרשות.
האָט ר׳ חיים קאַניעווסקי אָנגעוויזן אויף אַ תוספות אין מסכת מגילה, וועגן ״טראַטריות וקרקסיאות״, וואָס די ערטער זיינען ״מקומות מטונפות״, וואָס אַוודאי טאָר מען דאָרט נישט לערנען קיין תורה, און דעריבער האָט ר׳ חיים געזאָגט, אַז מ׳טאָר בשום-אופן נישט אַריינטרעטן אין אַזאַ טעמפּל.
רופט זיך אָפּ אַ משפּיע זיצנדיק ביים טיש, אַז ביי אים האָט זיך אויך געטראָפן אַן ענלעכע שאלה, ווען ער איז געגאַנגען פרעגן די שאלה ביי הגאון ר׳ אהרן לייב שטיינמאַן, און אויך הרב שטיינמאַן האָט גע׳פּסק׳נט דאָס זעלבע, אַז מ׳טאָר אין אַזאַ טעמפּל נישט אַריינטרעטן, אַפילו פאַרן צוועק פון מקרב זיין די דאָרטיקע אידן מיט דרשות.
האָט זיך אָפּגערופן מיט חוצפּה איינער וואָס באַצייכנט זיך אַלס אַ משמש ביי ר׳ חיים קאַניעווסקי, וועלנדיק לאָזן וויסן פאַר יעדן איינעם אַז אויך ער זיצט ביים טיש, אַז ער וויל פרעגן די פאָלגנדע שאלה: צי איז עס ריכטיק אַריינצוגיין אין אַ ״בית חב״ד״?
הערנדיק אַזאַ שאלה, איז דער גאַנצער טויזנט-קעפּיקער עולם ווי פאַרפרוירן געוואָרן, וואַרטנדיק צו הערן אַן ענטפער אויף אַזאַ שאלה. דער רב, ר׳ חיים קאַניעווסקי, האָט יענעם אָנגעקוקט, אָבער ער האָט אים גאָרנישט געענטפערט, און מ׳האָט גלייך פאָרגעשטעלט די קומענדע שאלה. אַלע צוהערער האָבן געזען ווי דער פרעגער איז געבליבן זיצן ווי אַן אָפּגעשמיסענער.
באמת איז מיר נישט אַזאַ וואונדער אויף יענעם וואָס ער איז אַרויסגעטראָטן מיט אַזאַ שאלה, ווייל אַלע זיינען באַקאַנט מיט זיין חוצפּה, און ווי ער באַהאַנדלט די מענטשן ווען זיי קומען אַריין צו ר׳ חיים אין שטוב. וואָלט יענער געלערנט אין ישיבה תורה ודעת און זיך באַקענט מיט דעם דערמאָנטן ראש ישיבה, וועלכער האָט דערלויבט דעם ליובאַוויטשער בחור צו גיין צום פאַרברענגען פון ליובאַוויטשער רבי׳ן לכבוד י״ט כסלו, וואָלט אים אפשר נישט געקומען אויפן געדאַנק צו שטעלן אַזעלכע קלאָץ-קשיות.
אויך איז ריכטיק אָנצומערקן ווי טויזנטער מענטשן האָבן זיך צוגעקוקט ווי דער מחוצף לייגט-פאָר זיין שאלה, און הרב קאַניעווסקי האָט אים אָנגעקוקט און נישט געענטפערט, ווי צו זאָגן: וואָס קומט-פאָר מיט דיר? ביסטו אינגאַנצן אַראָפּ פון זינען?
אָבער נאָך אַלעם וואָס איז דאָ געזאָגט געוואָרן, טאָר מען נישט פאַרגעסן דעם דערמאָנטן תוספות, אַז די מקומות מטונפות וועלן ווערן וויסט במהרה בימינו.

 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 16, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations