about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל
 

פאַרוואָס איז עס אַזוי שווער אויפן האַרץ? צי איז עס ווייל מיר זיינען אינמיטן ״די דריי וואָכן״? אפשר איז עס צוליב מאָדערנע כשדים און רוימער?
די שטימונג איז ווי פאַר תשעה באב: דאָס אידישע פאָלק האָט אַזוי פיל שונאים, צופיל... אויב מ׳טראַכט נאָר וועגן זייער צאָל, האָבן מיר קיינמאָל נישט געהאַט אַזוי פיל פיינט.
וואו-אהין מ׳זאָל נישט גיין, וואו-אהין מ׳זאָל נישט קוקן, טרעפט מען אידן-האַס.
אַמאָל האָט די שנאה זיך קאָנצענטרירט בלויז אַרום מלכות-יהודה. היינט פלאַקערט זי אומעטום וואו ס׳איז פאַראַן אַ אידיש לעבן: בתי-מדרשים, חדרים, אידישע הייזער.
ס׳זיינען געווען צייטן ווען די שונאים זיינען געקומען פון קריסטלעכע קרייזן. היינט געפינט מען זיי אויך – און אַממערסטן – צווישן מוסולמענער.
טאָג-איין, טאָג-אויס, לייענט מען אין די צייטונגען וועגן אַן אַטענטאַט אויף אידן: מ׳פאַרשוועכט אידישע קברים, מ׳פאַרברענט אידישע חלומות וועגן תורה-געטריישאפט, מ׳וואַרפט אַ מורא אויף אידישע קינדער, די תינוקות-של-בית-רבן.
וואָס שייך מדינת-ישראל, ווער ווייסט דען נישט אַז מ׳לעבט דאָרט אין שטענדיקן פּחד?
מאַמעס באַגלייטן קליינע קינדער צום שול-אויטאָבוס און קענען קיינמאָל נישט וויסן צי, חס וחלילה, ס׳וואַרט נישט אויף זיי אַ רוצח.
אָפט מאָל לייענט מען ישראל׳דיקע צייטונגען, און זעענדיק די בילדער פון די קרבנות ווערט דער יאוש גאָר-אכזריות׳דיק. מ׳זעט קרובים און עלטערן וואָס האָבן זיך געגרייט צו אַ חתונה און ס׳איז געוואָרן אַ לויה.
מ׳זעט וויינענדיקע פּנימ׳ער פון פאַרוואונדעטע אלמנות און יתומים און אַ שטומער געשריי רייסט זיך אַריין אין די צעבראָכענע הערצער: אבי היתומים, טו עפּעס, האָב רחמנות, כאָטש דו האָב רחמנות.
טיילמאָל פרעג איך זיך אַליין: ווי קענען אידן אין ישראל אויסהאַלטן אַזעלכע יסורים? וואו נעמען זיי אַזוי פיל אינערלעכע כוחות נישט צו באַקומען אַ קאָלעקטיווע דעפּרעסיע אָדער מרה-שחורה?
געוויינלעך פלעג איך זיך באַמיען צו-זיין תשעה באב אין ירושלים, צוזאַמען מיט אָרטיקע אידן, פאַסטן מיט זיי, דאַוונען מיט זיי, זאָגן ״איכה ישבה בדד״ און טראַכטן: צי איז דאָס אידישע פאָלק היינט-צו-טאָג נישט גענוי אַזוי איינזאַם ווי ס׳איז געווען אין ירמיהו׳ס צייטן?
צי ווילן נישט די שונאים דאָס מאָל אויך, חלילה, חרוב מאַכן ירושלים?
וואו זיינען אונדזערע פריינט פאַרשוואונדן? די אינטעלעקטואַלן, די מאָראַליסטן, די ליבעראַלע טוער פאַר מענטשן-רעכט: פאַרוואָס הערט מען נישט זייערע צאָרן-שטימעס צו פּראָטעסטירן קעגן די מאָדערנע רדיפות אויף מדינת-ישראל און פאָלק ישראל?
ווען אידישע אידן באַטייליקן זיך אין אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפערענצן – סיי וועגן קולטורעלע, סיי וועגן פּאָליטישע עניינים – פילן זיי זיך איינזאַם, מורא׳דיק אַליין: אויף דער אַנדערער זייט איז כמעט יעדער אַ קטיגור; בלויז אַמעריקע בלייבט געטריי.
דער גרעסטער ווייטיק? ער קומט ווען דער קטיגור איז אויך אַ איד. יאָ, ס׳זיינען פאַראַן אידן-האַסער אויך צווישן אידן. נישט אַלע באַהאַלטן זייער אידישן אָפּשטאַם. אַ טייל פון זיי גייען אַזוי ווייט, אַז זיי באַרימען זיך פאַרן נישט-אידישן עולם: ״מיר באַשולדיקן ישראל דווקא ווייל מיר זיינען אידן״.
וואָס-זשע טוט מען?
געוויס, מ׳מוז פאָלגן דעם בעל-שם-טוב׳ס לעצטע ווערטער צו זיינע תלמידים: ״האַלט זיך צוזאַמען!״
צי איז עס גענוג?
מ׳דאַרף זיך אַליין שטאַרקן. מ׳מוז זיך אַליין וואָרענען: אַזוי ווי די שונאים זיינען אויסן צו פאַרשוועכן און דערנידריקן אונדזער אידישקייט, וועלן מיר אַלצדינג טאָן עס צו פאַרהייליקן.
אמת, מ׳גייט צו תשעה-באב. אָבער מיר מוזן געדענקען: ס׳וואַרט אויף אונדז אַ באַזונדערס-שיינער און ליכטיקער שבת – שבת נחמו.

 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 16, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations