about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
זכרונות – 16טער טייל
יהושע דובראַווסקי ז"ל
 

מיינע ביידע באָבעס זיינען געווען טעכטער פון ר׳ לייב שפּיראָ. די שפּיראָ-משפּחה איז געווען פון די געציילטע אויסגעצייכנטע פאַמיליעס, וועלכע זיינען געבליבן אומבאַרירט אין דער ירידה פון יהדות, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט איבער הונדערט יאָר צוריק. כ׳האָב געהערט זאָגן, אַז דער רבי רש״ב זצ״ל פון ליובאַוויטש, האָט געלויבט אָט-דער משפּחה, וואָס אַלע צען (?) קינדער ר׳ לייב׳ס, זיינען געווען זייער אָפּגעהיטן, פרום, סיי די זין, סיי די טעכטער.
וועגן די העכערע אָפּשטאַם-דורות איז מיר נישט באַקאַנט; אָבער וועגן אַן אור-זיידן פון ר׳ לייב׳ן – פיר דורות פאַר אים – האָב איך געהערט און געלייענט. זיין נאָמען איז געווען ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער. אין דער משפּחה האָט מען געוואוסט, אַז ר׳ ישעי׳ איז געווען אָנגעלאָדן מיט צדקות, און געלייענט האָב איך אין אַ ספר פון סיפּורים וועגן צדיקים, אַז ער איז געווען באַקאַנט מיט זיין צדקות נישט בלויז צווישן אידן; אויך די אַרומיקע גויים האָבן אים געהאַלטן פאַר אַ הייליקן מאַן. אַזוי ווייט, אַז זיי האָבן זיך געוואונטשן אַז ר׳ ישעי׳ זאָל דורכגיין זייערע פעלדער, ווייל דאָס ברענגט אַ גוטע גערעטעניש.
אין אַן אַמאָליקן מחזור – מיט אַ סך צוגאָב פון אָפּטייטשן, משלים, מוסר, סיפּורים און נאָך, האָב איך געלייענט וועגן ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער אַ מערקווירדיקן עפּיזאָד, וואָס שפּיגלט-אָפּ זיין אומגעוויינלעכע צדקות. ר׳ ישעי׳ איז געווען אַ גרויסער אָרעמאַן. ער איז געזעסן אין שוהל יומם ולילה און געלערנט. די משפּחה האָט זיך דורכגעלעבט אין גרויס דחקות, ציענדיק די חיונה פון אַ נעבעכדיק קלייטל, וואָס ר׳ ישעי׳ס פרוי האָט אָנגעפירט.
אַוודאי איז זי געווען גרייט – און מסתמא אויך צופרידן – צו שלעפּן דעם שווערן יאָך פון דער בידנער חיונה, אַבי דער געהויבענער מאַן אירער, דער גרויסער תלמיד-חכם און צדיק, זאָל זיצן און לערנען. ס׳איז אָבער געקומען אַ צייט, ווען זי האָט זיך געמוזט בעטן ביים מאַן, ער זאָל עפּעס טאָן פאַר דער משפּחה. דהיינו: שוין אַ פּאָר יאָר ווי זייער עלטערע טאָכטער דאַרף געפינען איר זיווג, און אויך די צווייטע טאָכטער איז שוין אין די יאָרן. נישט בלויז איז אין שטוב נישטאָ קיין פּרוטה פאַר נדן; ס׳איז נישטאָ מיט וואָס צו קויפן עפּעס אַ מענשטלעך קלייד, אַ שוך פאַר די טעכטער.
אין אַזעלכע פאַלן האָבן אַזעלכע אָרעמע אָבער גאָר געהויבענע תורה-אידן געמוזט נעמען דעם ״שטעקן אין האַנט״ – פאַרלאָזן אויף אַ צייט דאָס בידנע קבצנישע שטעטל, אָפּפאָרן אין אַ גרעסערער שטאָט און דאָרט געפינען עפּעס אַ מיטל צו באַקומען אַביסל מזומנים. געווען פאַלן, ווען מ׳האָט אין שטאָט געקענט אָפּשפּאָרן אַ נישקשה׳דיקן סכום פון אַ ספּעציעלער קנעלונג מיט פאַרמעגלעכע תלמידים; און אַמאָל האָבן רבנים און עסקנים אין שטאָט צונויפגעקליבן אַ געהעריקע סומע געלט פאַר זייער אַ חשובן תלמיד-חכם.
ר׳ ישעי׳ס רביצין פלעגט אויסגיסן איר האַרץ פאַר איר מאַן, און געגעבן מער ווי אַ רמז, אַז ער דאַרף דאָס אויך טאָן, ווייל ס׳איז אַ ביטערער רחמנות אויף די טעכטער. ר׳ ישעי׳ פלעגט איר באַרואיקן מיט גוט-האַרציקע רייד, אַז געוויס וועט דער אויבערשטער אויך זיי צושיקן גוטע זיווגים פאַר זייערע טעכטער, און אויך די געלטער וואָס זיינען נויטיק דערפאַר. ער, דער טאַטע, וועט געוויס טאָן וואָס ער קען.
אָבער פאַקטיש האָט ר׳ ישעי׳ נישט געקענט פּועל׳ן ביי זיך אָפּצורייסן זיך פון תורה און עבודת השם. עפּעס אַ קלייניקייט, ביטול תורה! האָט ער, זעט אויס, נאָכאַנאַנד אָפּגעלייגט דעם באַזוך אין אַ גרעסערער שטאָט.
ס׳איז אָבער איינמאָל געשען עפּעס, וואָס האָט דערפרייט די הערצער פון ר׳ ישעי׳ס פרוי און טעכטער: ער, ר׳ ישעי׳, האָט געבעטן זיין פרוי, זי זאָל פאַר אים צוגרייטן אַ קלומיקל מיט אַביסל צידה לדרך (מסתמא אַ פּאָר שטיקלעך ברויט מיט ציבעלעס און אַ פּאָר וועש), ווייל ער וויל זיך ערגעץ אַריבערכאַפּן אויף אַ געוויסער צייט.
מיט אַ פריידיקער ציטערניש אין האַרץ האָט זי צוגעגרייט דאָס פּעקעלע פאַרן מאַן. ער האָט זיך אָפּגעזעגנט און פאַרלאָזט דאָס אַלטינקע האַלב-חרוב׳ע הייזקע. קיין געלט צו פאָרן ווי אַ פּאַסאַזשיר אויף פערד-און-וואָגן האָט ר׳ ישעי׳ נישט פאַרמאָגט; איז ער מערסטנס געגאַנגען צופוס, נאָר בלויז טיילמאָל האָט אַ פאַרבייפאָרנדיקער איד מיט אַ פערד-און-וואָגן אים אַביסל אונטערגעפירט.
עס זיינען פאַרביי אייניקע וואָכן, און ר׳ ישעי׳ איז דערשינען אויף דער שוועל פון דער אָרעמער דירה, מיט אַ צעשטראַלטן פּנים. האָבן די געזיכטער פון זיין ווייב און טעכטער זיך אויך צעשיינט: זעט אויס, אַז ער האָט, ברוך-השם, מצליח געווען, און איז נישט געקומען מיט ליידיקע הענט. זייערע הערצער האָבן נאָך פריידיקער אַ צאַפּל געטאָן, ווען ער האָט געזאָגט, אַז ער האָט געבראַכט אַ מתנה, וואָס ער וועט זי אַנטפּלעקן נאָך דעם ווי מ׳וועט האָבן עפּעס אַ סעודה׳לע. וואָס קען זיין די מתנה, אויב נישט עפּעס מזומנים פאַר דער אויפריכטונג פון דער טאָכטער?...
די משפּחה איז צו אים נישט צוגעשטאַנען, ער זאָל דערציילן וועגן דער מתנה, און געוואַרט געדולדיק ביז נאָך דער אָרעמער סעודה, וואָס ר׳ ישעי׳ס ווייב האָט ווי-ס׳איז צוזאַמענגעשטעלט. נאָכן עסן, איידער מ׳האָט געדאַרפט זאָגן ברכת המזון, האָט ר׳ ישעי׳ זיך אויפגעשטעלט און געזאָגט מיט אַ יום-טוב׳דיקן טאָן, אַז ס׳איז געקומען די צייט צו דערציילן וועגן דער גרויסער מתנה, וואָס ער האָט געבראַכט.
– ס׳איז שוין אַ לענגערע צייט – האָט ער אָנגעהויבן זאָגן – וואָס ביי מיר איז אַ ספק, צי ״אַל יחסרנו״ אין ברכת המזון איז דער סוף פון דער ברכה ״הא-ל אבינו״, און מ׳דאַרף נאָך דעם ענטפערן ״אמן״, אָדער די ברכה ציט זיך ווייטער און מ׳קען נישט ענטפערן ״אמן״. עס זיינען פאַראַן דעות אַז ס׳איז אַ סוף ברכה, און אַנדערע האַלטן אַז נישט. ס׳איז מיר געווען זייער שווער צו באַשליסן ווי ס׳דאַרף זיין די הלכה. דאָס האָט מיך זייער געענגט, ביז איך האָב מחליט געווען זיך צו ווענדן צו אַ גאון פון אונדזער צייט, אויסלייגן פאָר אים אַלע מיינע סברות אין דעם, און הערן פון אים אַ פּסק-הלכה.
– בכתב האָב איך עס נישט געקענט טאָן; געמוזט קומען צום גאון און רעדן מיט אים פּה-אל-פּה. אַזוי האָב איך געטאָן. ברוך השם, איך האָב באַקומען אַ קלאָרן פּסק-הלכה, אַז ״אַל יחסרנו״ איז דער סיום פון דער ברכה, און מ׳דאַרף ענטפערן ״אמן״! איר פאַרשטייט צו וואָסער מתנה מיר האָבן זוכה געווען? – מהיום והלאה וועלן מיר אַלע ביי יעדן בענטשן קענען ענטפערן נאָך אַן ״אָמן״!...
עס ווערט נישט דערציילט וואָס ס׳איז געווען די רעאַקציע פון דער משפּחה אויף דער סורפּריז-מתנה, וואָס ר׳ ישעי׳ האָט געבראַכט. מ׳קען עס אפשר משער זיין און זיך פאָרשטעלן; און אפשר טאַקע נישט. אָבער מ׳קען זיך פאָרשטעלן אַזאַ איד ווי ר׳ ישעי׳ אין די היינטיקע טעג?
אין דער משפּחה האָט מען אויך דערציילט, אַז ר׳ ישעי׳ האָט געבענטשט זיינע קינדער, אַז ביז זעקס דורות זאָל דער אויבערשטער זיי אויסהיטן פון דינען אין צאַרישן מיליטער (דאַכט זיך, אַז בסוף ימיו האָט מען אָנגעהויבן נעמען אידן אין מיליטער-דינסט) און כך הווה. דער פעטער יעקב, דער באָבע׳ס אַ ברודער, איז שוין געווען פון אַ שפּעטערדיקן דור, האָט מען אים מאָביליזירט אין דער ערשטער וועלט-מלחמה און ער איז ליידער-ליידער נישט צוריקגעקומען.


פאַרגעדענקטע אידן פון קראָליעוועץ

צווישן די אידן אין אונדזער שטעטל קראָליעוועץ, איז געווען אַ מערקווירדיקע פּערזאָן, וואָס זיין נאָמען איז געווען שמואל-בער זאַקורסקי, אָבער גערופן האָט מען אים: שמואל-בער ״קומען צו גיין״. פאַרוואָס? זייער פּשוט: ער האָט דעם נאָמען ״כשר״ פאַרדינט, דערפאַר, וואָס אין זיין רעדן מיט מענטשן וועגן וואָס עס זאָל נישט זיין, האָט ער נאָכאַנאַנד אינצווישן אַריינגעוואָרפן די ווערטער ״קומען צו גיין״:
״אַ, וואָס מאַכסטו, יאַנקעלע, קומען צו גיין״ ... ״אַך, אָט דער מנוול. טיטשענקאָ, קומען צו גיין ...״. ״אַ רוח אין זיין טאַטן אַריין, קומען צו גיין״ ... און אַזוי אַלעמאָל.
אַז איך פלעג גיין דאַוונען אין מניין, אָדער ערגעץ אַנדערש, וואו איך פלעג טרעפן שמואל-בער׳ן רעדן מיט עמיצן, פלעג איך זיך צו׳גנב׳ענען צום אָרט נישט ווייט פון זיי, בכדי צו הערן ווי שמואל-בער זאָגט כסדר ״קומען
צו גיין״. איך האָב געזוכט דערצו יעדע געלעגנהייט. אָבער סיי-ווי, יעדן מאָל ווען איך האָב דאָס געהערט, האָב איך זיך געדאַרפט אָנשטרענגען נישט אַרויסצושיסן מיט אַ לאַכעניש. איך האָב זיך דעמאָלט געוואונדערט, ווי אַזוי מענטשן הערן פון אים אַזוי פיל מאָל דעם ״קומען צו גיין״ אין זייערע שמועסן מיט אים – און גאָרנישט, זיי לאַכן נישט.
געווען איז ער אַמאָל, פאַר דער סאָוועטישער רעוואָלוציע, אַן אָנגעזעענער מאַן אין אידישן לעבן פון שטעטל. איך האָב געהערט, אַז אין יענע גוטע טעג האָט שמואל-בער געהאַט אַ קלייט, אַ געשעפט פון תשמישי-קדושה. מ׳האָט ביי אים געקויפט טליתים, ציצית, מזוזות, חנוכה-מנורות, סידורים, חומשים, און אַזוי ווייטער. ווען די רויטע ממשלה איז געקומען צו דער מאַכט, האָט ער אַמגיכסטן געמוזט ליקווידירן אַזאַ קאָנטרעוואָלוציאָנערע ״טרייפקייט״, ווי האַנדלען מיט כשר׳ע, הייליקע חפצים און מצוות. אייגנטלעך, איז עס געווען אַ מין נס, וואָס די ממשלה האָט אים אַליין נישט ליקווידירט, ווי ס׳איז געווען איר שטייגער.
אין מיין צייט האָט ער, פאַרשטייט זיך, מער נישט געהאַנדלט מיט די תשמישי-קדושה, אי ווייל ס׳איז געווען אַ גרויסע סכנה מצד דער גרויזאַמער ממשלה, אי ווייל אין רוסלאַנד איז דעמאָלט נישט געווען בנמצא צו באַקומען אַ וועלכן-ס׳איז קדושה-חפץ – נישט תפילין, נישט אַ סידור אָדער אַ חומש, און אַזוי ווייטער און ווייטער. אָבער ביי שמואל-בער׳ן זיינען ערגעץ אין געהיים געבליבן באַהאַלטן אייניקע יהדות-חפצים ביז מיין צייט. ער האָט אַפילו פאַרמאָגט אַ ביסל בינטלעך ציצית, אָבער ... ער האָט אויך געהאַט ליגן אַ היפּש ביסל חנוכה-דריידלעך (אויף אונדזער לשון האָט עס נישט געהייסן אַ ״דריידל״, נאָר אַ ״גאָר״). ס׳איז אָבער אינטערעסאַנט, וואָס אַזעלכע חנוכה-דריידלעך, ווי דעמאָלט ביי שמואל בער׳ן, האָב איך נישט געטראָפן אין דער ריזיקער שפע פון כל-מיני דריידלעך אין דער רייכער אַמעריקע און אַנדערע ערטער.
שמואל-בער׳ס אַ דריידל פון בליי האָט פאַרמאָגט פיר דינע, אויסגעצאַצקעטע פליגל-ווענטעלעך, מיט די דאָפּלטע אותיות בולטות: ״נ׳ ג׳ ה׳ ש׳״. זעט אויס, אַז ווייל זיי זיינען געווען שיינע דריידלעך, האָט שמואל-בער זיך איינגעשאַפן אַ גרויסן זאַפּאַס פון זיי. דערצו האָט ליידער צוגעהאָלפן דער פאַקט, וואָס במשך די לעצטע פּאָר צענדליק סאָוועטישע יאָרן זיינען אין שטעטל געווען זייער ווייניק בעלנים אַפילו אויף אַזעלכע שיינע דריידלעך. קיין מזוזות האָט ער שוין נישט פאַרמאָגט, אָבער שיידלעך צו מזוזות האָט מען ביי אים געקענט קויפן, און נאָך בדומה לזה.
שמואל-בער ״קומען צו גיין״ איז געווען פון די פרימערע באַלעבאַטישע אידן אין שטעטל. ער האָט געטראָגן אַ לאַנגע, פולע באָרד, און אין שטוב האָט מען געזאָגט, אַז ער איז גאָר נישט קיין בטלן, און פון זיינע באַהאַלטענע ״ענינים״ ציט ער נאָך אַלץ אויף חיונה. איך האָב ביי אים געהאַט אַ געוויסע פּריווילעגיע, וואָס ער האָט מיר פון מאָל צו מאָל געקניפּט מיין באַק. אָבער מער ווי פונעם קניפּ האָב איך הנאה געהאַט ווען ער האָט דערביי צוגעגעבן: נו, בחור׳ל, לערנסט שוין עברי, אָדער חומש ... און טאַקע מיטן צוגאָב ״קומען צו גיין״.
אין מיין איינגעבוירענעם נייגער האָב איך אויך דעמאָלט ‘גע׳חלש׳ט״ צו וויסן, פאַרוואָס און צוליב וואָס ער זאָגט דעם ״קומען צו גיין״. איז ער דאָך באמת אַ מענטש אַ בר-דעת, נישט, חלילה, אַ צעדרייטער. איך האָב זיך אָבער קיינמאָל נישט דערוואוסט אָט-דעם ״סוד״.


בצלאל דער תהלים-זאָגער

געווען אין קראָליעוועץ אַ איד, וואָס דער זיידע פלעגט וועגן אים זאָגן, אַז ער איז זייער אַ פּשוטער און זייער אַ טייערער איד. זיין נאָמען איז געווען בצלאל (זיין פאַמיליע-נאָמען געדענק איך נישט). אין שטוב ביי אונדז פלעגט מען אים אָפט רופן: ״בצלאל דער תהלים-זאָגער״. און נישט אומזיסט: איך האָב אים זעלטן געזען אָן זיין תהלים. אין לערנען אַ וואָרט תורה האָט ער גאָר קנאַפּ גע׳יכול׳ט. ער פלעגט זיך טיילמאָל צוזעצן אויף אַ הינטערשטער באַנק ביים לערנען (אין די בעסערע יאָרן) ״עין יעקב״; אָבער אויך דעמאָלט האָט ער געהאלטן דעם תהלים אין באַהעלטעניש און געשעפּטשעט שטיל.
איך געדענק נישט, אַז ער זאָל האָבן געטאָן עפּעס אַן אַרבעט; און מיר דוכט זיך, אַז ער האָט קיין קינדער נישט געהאַט. פון וואָס האָבן זיי, ער און זיין ווייב, געהאַט אויף חיונה? ער האָט געהאַט אַ געלע (עטוואָס שיוולעכע) באָרד. און געווען איז ער אויך אַ מאָדנער איד. די מאַמע האָט דערציילט, אַז ער פלעגט אַלעמאל גיין אין מאַרק צוזאַמען מיט זיין פרוי. די מאַמע האָט אויך דערציילט, אַז בעת זיין ווייב פלעגט איינקויפן קאַרטאָפל, בוריקעס און אַנדערע זאַכן, פלעגט בצלאל שטיין ביי דער זייט מיטן תהלים אין האַנט.
ווען די קראָליעוועצער אידן האָבן נאָך געדאַוונט אין דער ״אַלטער״ שוהל (איידער די רויטע גזלנים האָבן זי צוגערויבט) פלעג איך אַמאָל אין אַ זומערדיקן שבת נאָכמיטאָג דאָרט ״פאַרבלאָנדזשען״. איך געדענק נישט, ווער און צי עמיצער איז געווען אין שוהל, אָבער בצלאל דער ״תהלים זאָגער״ איז געזעסן און געזאָגט תהלים זייער געשמאַק. ער פלעגט זאָגן תהלים, און פון צייט צו צייט געקושט דעם תהלים – אָבער נישט אויף די אותיות פון בלעטל, נאָר אַרום די אויסגעריבענע, אויסגעשמאָדערטע ברעגן פונעם תהלים. פאַרוואָס? עפּעס האָט ער זיכער געהאַט אַ כוונה דערביי.
ביים טיש פלעגן דער טאַטע און דער זיידע אָפט רעדן וועגן דער דערהויבנקייט פון אַזאַ איש פּשוט, און דערביי דערמאָנען, אַז דאָס איז דער ״איש פּשוט״ וואָס דער הייליקער בעל-שם-טוב און די ליובאַוויטשער רביים האָבן אים אַזוי משבח געווען. אין מיין קינדישער תמימות האָב איך אים מקנא געווען, נישט געקוקט דערויף וואָס ער איז געגאַנגען כסדר אין מאַרק מיט זיין ווייב. איך האָב אויך געהאַט אַ חשק צו זען זיין אויסגעשמאָדערטן און אויסגעקושטן תהלים פון דער נאָענט ... נישט געהאַט גענוג מוט.
ווי שוין דערמאָנט אין מיינע פאַרצייכענונגען, איז ער געווען דער, וואָס איז געקומען צו לויפן אינמיטן דער שבועות-סעודה צו אונדז אין שטוב מיט אַ פּנים ווייס ווי קאַלך, און ער האָט אויסגעשריען צום זיידן: אוי, רבי! וואָס טוט מען? זיי האָבן איצט פון אונדז צוגענומען די לעצטע שוהל ... 


היליע דער שוחט

יאָ, היליע איז געווען דער שוחט אין קראָליעוועץ. אַזוי האָט מען אים גערופן: ״היליע דער שוחט״ – און ער אַליין האָט נעבעך זייער געציטערט דערפון וואָס זיין נאָמען ווערט באַגלייט מיטן וואָרט שוחט. אַ שוחט איז ביי די סאָוועטן געווען אַ קאַנדידאַט פאַרשיקט צו ווערן אין סיביר. דער אמת איז, אַז היליע (ר׳ הלל) איז געווען אויך דער מוהל אין שטעטל; און ווען די ״אַלטע״ שוהל איז נאָך געווען אַ שוהל וואו מ׳האָט געדאַוונט, איז ער געווען דער הויפּט בעל-תפילה (ממש דער חזן) אין די ימים נוראים. ר׳ הלל איז געווען אין וואוקס אַ פּיצל אידעלע, אָבער אַ קול האָט ער געהאַט
זייער אַ הויכן און אַ שטאַרקן.
מיר האָט זיך פאַרגעדענקט, ווי איך בין געשטאַנען נעבן עמוד אין שוהל בעת ער האָט געהויבן זיין שטימע ביי ״המלך״ – האָט זיך מיר געדוכט, אַז דער עמוד האָט געציטערט ... פון זיין פּנים האָט זיך מיר פאַרגעדענקט זיין ברויט-רויטע באָרד און דער זייער טיפער קנייטש צווישן די ברעמען. אין טוב האָב איך געהערט, אַז ער איז פון די חסידים-תמימים, וואָס האָבן געלערנט אין ״תומכי תמימים״ ליובאַוויטש. ער האָט זיך אָבער געהאַלטן אַביסל ווייט פונעם געהיימען חסידישן לעבן און פאַרברענגנס צווישן אונדזערע געציילטע חב״ד-משפּחות. פאַרוואָס? – מיר געדענקט זיך נישט איך זאָל עפּעס האָבן געהערט וועגן דעם.
אין אַלע מיינע קינדער-יאָרן אין קראָליעוועץ, האָט היליע דער שוחט געשאָכטן אין זיין שטאַל בלויז עופות, וואָס מ׳האָט געבראַכט באַהאַלטן אין קאָשיקעס. וועגן שעכטן אַ בהמה אָדער אַפילו אַ קעלבל, איז ״חיות נישט זיכער!״ – ער האָט אַפילו מורא געהאַט צו הערן וועגן דעם. דערפאַר טאַקע האָט אונדזער משפּחה די אַלע יאָרן נישט פאַרזוכט אַ ברעקל רינדן-פלייש. איך געדענק, אַז קומענדיק אין מאָסקווע צו דער מומע חנה שפּירא, האָב איך דעם ערשטן מאָל אין לעבן – צו דרייצן יאָר – פאַרזוכט פלייש ״ממש״, וואָס האָט ביי מיר געהאַט אַ גאָר ... מאָדנעם טעם.
היליע דער שוחט איז געווען זייער אַ גרויסער פּחדן. אַז ער האָט אַמאָל געדאַרפט דורכפירן אַ ברית מילה, האָט ער געוואָרנט דער משפּחה, אַז עס זאָלן נישט זיין אָנוועזנד זייטיקע אומבאַקאַנטע מענטשן ביים דורכפירן דעם ברית. מיר דוכט זיך, אַז ער האָט אין די שפּעטערע יאָרן מורא געהאַט אַפילו צו דאַוונען ביים עמוד אין די ימים-נוראים-מניינים. מאַלע וואָס עס מאַכט זיך.
ווען איך פלעג אַמאָל קומען צו אים מיט אַ הינדל צו שעכטן, איז ער געווען פריינטלעך און צוגעלאָזן צו מיר. ער פלעגט ביי מיר פרעגן וואָס איך לערן, און נעמען מיך אויפן צימבל אין חומש אָדער גמרא. ס׳איז מערקווירדיק, וואָס מיר האָט זיך פאַרגעדענקט דווקא אַ מין גאָר קינדישע שאלה-רעטעניש, אַ היפּש-ביסל אַ נאַרישעוואַטע, אָבער ווי עפּעס פון יענע יאָרן, ווילט זיך מיר פאַרצייכענען – און אויב עס וועט נישט געפעלן זיין אַ לייענער, זאָל ער מיר מוחל זיין.
געפרעגט האָט ער מיר: ווי זאָגט מען אויף לשון-קודש ״סוף-הזמן״? פאַרשטייט זיך, אַז איך בין באַלד צעמישט געוואָרן: ״סוף-הזמן״ איז דאָך אויף לשון-קודש און מ׳זאָגט ״סוף-הזמן״. האָט היליע דער שוחט מיר געגעבן צו פאַרשטיין אָט אַזוי: סוף-הזמן איז באמת צוזאַמענגעשטעלט פון דריי אידישע ווערטער: ״סאָף״ (שאָף), האָז, מאַן ... שאָף אויף לשון-קודש איז ״צאן״; האָז איז ״אַרנבת״, און מאַן איז ״איש״ ... נו, איצט זעסטו, אַז ״סוף-הזמן״ אויף לשון-קודש איז ... ״צאן-ארנבת-איש״. נו, מילא, נאַרישקייטן פאַרגעדענקען זיך.


זייער אַ טשיקאַווער טיפּ אין אונדזער שטאָט קראָליעוועץ איז געווען אַ איד מיטן נאָמען יעקל (יעקב) גינזבורג. ערשטנס, איז ער געווען דער איינציקער מענטש אין קראָליעוועץ – און אפשר אין נאָך הונדערטער שטעט אַרום – וואָס האָט געטראָגן אַ ״שליאַפּע״, אַ הויכן הוט מיט ראַנדן, אַזוי ווי באַלעבאַטישע מענטשן פלעגן טראָגן פאַר דער רעוואָלוציע (ווי אויך אין אויסלאַנד).
מ׳האָט זיך געוואונדערט, פון וואַנעט ער האָט אין יענע יאָרן באַקומען אַ ״שליאַפּע״. אין די פּוסטע קראָמען האָט מען פון צייט צו צייט געקענט קויפן אַ ״קאַרטוז״ – אַ לייוונטנע היטל מיט אַ קאָזיראָק. ווער האָט דאָרט דעמאָלט געזען אַ שליאַפּע? (אין מיין אינגלשן שכל האָב איך זיך געוואונדערט פאַרוואָס מ׳האָט גינזבורג׳ן נישט אַרעסטירט).
פאַקטיש איז קראָליעוועץ נישט געווען זיין שטענדיקע דירה; ער האָט געוויסע צייטן געוואוינט אין באָברויסק. געהערט האָב איך, אַז ער האָט אַמאָל געהאַנדלט מיט ספרים אויף אַ ברייטן פאַרנעם. ווייזט אויס, אַז עפּעס אַרום דעם האָט ער זיך פאַרנומען אויך שפּעטער. ער איז תמיד געווען מלא רייד; גערעדט נאָכאַנאַנד מיט וועמען עס האָט זיך געלאָזט. ער האָט געהאַט צו דערציילן אָן אַ שיעור און אָן אַ ברעג. ביים רעדן מיט עמיצן האָט ער אַזוי ווי אונטערגעזונגען און זיך געשאָקלט פון זייט צו זייט. איך האָב זיך שטילערהייט אונטערגעהערט, אַז ביי אים האָט מען אויך געקענט קויפן די טריפה׳סטע זאַכן אין סאָוועטן-לאַנד – ״האַרטע״ און ״ווייכע״ (ס׳הייסט, גאָלד און דאָלאַרן). אין די לעצטע יאָרן פון מיין זיין אין קראָליעוועץ האָב איך אים מער נישט באַגעגנט.

 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 16, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations