about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דף היומי קאָלום 07-16-10
פאַרוואָס מען דאַרף שטיין ביי “לכה דודי״
הרב פינחס וויליגער
 

מסכת שבועות דף כ׳ עמוד א׳, זכור ושמור בדיבור אחד נאמרו, מה שאין הפּה יכול לדבר, ומה שאין האוזן יכול לשמוע. אַזאַ מורא׳דיקער נס האָט דער רבונו-של-עולם געמאַכט אַז די אידן האָבן דאַן געקענט הערן די צוויי ווערטער ״זכור״ און ״שמור״, ווי אַזוי דער באַשעפער האָט עס אַרויסגעזאָגט אויף איין מאָל.
 אינטערעסאַנט איז, אַז דער ״אבן עזרא״, אין פּרשת יתרו, שרייבט אַ לשון: מצאנו שאמרו זכור ושמור בדיבור אחד נאמרו, און ער שרייבט דערנאָך, והנה זה הדבר הפלא ופלא שהשם דיבר זכור ושמור בבת אחת, והיה ראוי להיות זה כתוב ומפורש בתורה יותר מכל האותיות והמופתים שנכתבו וכו׳ ואיך תשמע האוזן, ואם נאמר שם פלא היה שתשמע האוזן שתי מילות בבת אחת, למה לא הזכירו זה חכמים ז״ל.  שרייבט דער ״אבן עזרא״, אַז וועגן אַזאַ גרויסן נס וואָלט די תורה אַליין געדאַרפט אַרויסשרייבן, און מיר טרעפן נישט אַז די חכמים זאָלן עס דערמאָנען אין דער גמרא.
ברענגען די מפרשים, אַז עס איז אַ פּלא אויפן ״אבן עזרא״, ווייל ביי אונדז אין  דער גמרא שטייט בפירוש אַרויסגעשריבן ״זכור ושמור בדיבור אחד נאמרו, מה שאין הפּה יכול לדבר ומה שאין האוזן יכול לשמוע״.


“שמור וזכור״

אין ספר שאלות ותשובות ״תירוש ויצהר״ (סימן קל״ד) פרעגט ער,  פאַרוואָס האָט דער גרויסער מקובל ר׳ שלמה אלקבץ, דער בעל ״לכה דודי״, מהפּך געווען און געשריבן ״שמור וזכור בדיבור אחד״ וכו׳, אָנשטאָט ״זכור ושמור״? שרייבט ער, ווייל ער האָט געוואָלט מרמז זיין זיין נאָמען ״שלמה הלוי״, אין די ראשי-תיבות פון אָנהויב פון יעדן שטיקל. וועגן דעם האָט ער אָנגעהויבן מיט אַ שי״ן, ״שמור וזכור״.


די סודות פון ר׳ שלמה אלקבץ

דער ״מאור ושמש״ אין פּרשת ואתחנן, שרייבט אַן אַנדערן תירוץ, לויט ווי עס שטייט אין זוהר,  אַז ״שמור״ איז בחינת מלכות וואָס דאָס איז פרייטיק צו-נאַכט, און ״זכור״ איז שבת בייטאָג. אַזוי ברענגט אויך דער רמב״ן אין פּרשת יתרו, פון ר׳ נחוניא בן הקנה, אַז על-פּי סוד איז ״זכירה ביום ושמירה בלילה״. קומט אויס, לויט דעם איז זייער פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער גרויסער מקובל ר׳ שלמה אלקבץ האָט ערשט געשריבן ״שמור״ און דערנאָך ״זכור״.
אין ספר ״ביתו נאוה קודש״ (חודש אדר, עמוד ע״ז) ווערט געברענגט פון זקני החסידים, אַז דער בעל ״לכה דודי״ האָט מחבר געווען דעם ״לכה דודי״ מיט די זעלבע כוונות, וואָס ער פלעגט מכוון זיין בשעת תפילת עמידה שמונה עשרה. נאָך ברענגט ער דאָרט אין נאָמען פונעם ערשטן בעלזער רבי׳ן, דער ״שר שלום״ זצ״ל, אַז ר׳ שלמה אלקבץ האָט זיך אויסגענומען, 1)  מען זאָל שטיין בשעת מען זינגט ״לכה דודי״; 2) נישט צו רעדן בשעת מען זינגט ״לכה דודי״; 3) מען זאָל זינגען דעם ״לכה דודי״, און נישט זאָגן.
דער בעלזער רב האָט צוגעלייגט, אַז אויב דער בעל ״לכה דודי״ וואָלט געוואוסט אַז מען וועט זיצן בשעת׳ן זינגען ״לכה דודי״, וואָלט ער נישט מתקן געווען צו זאָגן ״לכה דודי״. אַזוי ווערט דאָרט געברענגט אינעם ספר ״ביתו נאוה קודש״.


“בואי בשלום״ מיטן קלויזענבורגער רבי׳ן

עלטערע חסידים דערציילן אַז זיי געדענקען ווי דער גרויסער גאון און צדיק כ״ק אדמו״ר ר׳ יקותיאל יהודה האַלברשטאַם זצ״ל, דער קלויזענבורגער רבי, ווען ער האָט נאָך געוואוינט אין וויליאַמסבורג, פלעגט ער שטיין ביים זינגען ״לכה דודי״ די גאַנצע צייט.  ווער רעדט נאָך ווען ער איז אָנגעקומען ביי ״בואי בשלום״,  פלעגט ער זיך צעפלאַמען אין אַ פלאַמעדיקן טאַנץ אַרום דעם בית מדרש, ״אשרי עין ראתה כל אלה״.
זיין צורה האָט געפלאַמט, מען האָט געקענט זען אַז ער געפינט זיך בכלל נישט בעלמא הדין. איך געדענק נאָך, אַז אין די לעצטע יאָרן האָט דער רבי שוין נישט געהאַט קיין כוח, פלעגט ער שטיין אויסגעדרייט ביי ״בואי בשלום״, און זיך אָנגעכאַפּט אינעם קראַגן פונעם סטראָקעס-בעקישע, און איז אַזוי געשטאַנען בערך אַ צוואָנציק מינוט מיט אַזאַ ״התפּשטות הגשמיות״, זיינע אויגן זיינען געווען פאַרגלייזט, און נאָר דעם קאָפּ האָט ער געשאָקלט אַהין און צוריק שטאַטלעך, ממש עליית נשמה. וואויל איז דעם וואָס האָט געהאַט די זכייה צו זען אַזאַ הייליקע עבודה.
נו, אויב עס איז ווי אויבן דערמאָנט, אַז ר׳ שלמה אלקבץ האָט אַריינגעלייגט אין ״לכה דודי״, די כוונות פון ״תפילת העמידה״, פאַרשטייען מיר אַן ״אפס קצהו״ פאַרוואָס דער רבי האָט אַריינגעלייגט אַזוי פיל כוחות אינעם ״לכה דודי״.


גרייטן זיך צום שבת

איך האָב געטראַכט אַ פּשט אין דער גמרא פונעם ״דף היומי״. ווען עס קומט צו רעדן צו אידן אין בית המדרש וועגן דער וויכטיקייט פון זיין ״המאחרים לצאת מן השבת וממהרים לבוא״, איז זייער שווער צו רעדן וועגן דעם, ווייל דער עולם וויל נישט הערן.  זיי זיינען צופרידן אַז זיי זיינען שומרי שבת, איי גיי זאָג זיי אַז זייערע עלטערן, און בפרט אַמאָליקע חסידישע אידן, פלעגן שוין פרייטיק נאָך חצות אויפהערן צו אַרבעטן, און אָנגעהויבן מאַכן הכנות, צוגרייטנדיק זיך צום הייליקן שבת קודש, ״התעוררי כי בא אורך״, וועקט אייך אויף, טוט-אויס אייערע וואָכן-קליידער. מ׳גייט אין מקווה, מ׳טובל׳ט זיך, מ׳זאָגט פאַר דער טבילה, ״הריני טובל להעביר מעלי זוהמא דחול״, דערנאָך נאָך אַ טבילה, ״הריני טובל לקבל עלי קדושת השבת״. דערנאָך נעמט מען אַ ״מקראות גדולות״ חומש, און מ׳גייט דורך דער פּרשה, מען זאָל כאָטש האָבן אַ שטיקל ידיעה וועגן דעם וואָס עס רעדט זיך, אַ וואָרט פון ״כלי יקר״, אַ כאַפּ פון בעל הטורים, אַ דערהויבן שטיקל ״אור החיים״ הקדוש וכדומה.  דורכלערנען עטלעכע מצוות אין ספר ״מנחת חינוך״. אַ מהלך פונעם ספּורנו, חזקוני און אַנדערע.
אַזוי ווערט דער גוף אַ ״כלי קיבול״ מקבל צו זיין די נשמה יתירה, און ווען מ׳וועט זאָגן די פינף ווערטער ״ברוך ה׳ המבורך לעולם ועד״ ביי תפילת מעריב, וועט מען קענען  מקבל זיין די פינף שבת׳דיקע חלקים פון ״נפש, רוח, נשמה, חיה, יחידה״.  צו דעם אַלעמען דאַרף מען אַ גרויסע הכנה. נישט אומזיסט האָט די תורה געזאָגט אַז מ׳דאַרף מקבל זיין ״תוספות שבת״, ״זכור מלפניה״.
אַזוי אויך ווען עס קומט צו שלש סעודות, ווערן טייל מענטשן נערוועז, זיי קענען שוין נישט אויסהאַלטן. וואָס איז? דער גן עדן איז נישט גוט פאַר דיר, דו ווילסט שוין אַנטלויפן פון דער כלה. דאָ זאָגסטו דריי מאָל ״בואי כלה״, און איצט ביי שלש סעודות, מ׳גיט דיר נאָך צייט צו פאַרברענגען מיט דער שבת מלכתא, אַנטלויפסטו, אוי לאותה בושה, אוי לאותה כלימה.
איך זאָג נישט אַז יעדער איינער איז אויף אַזאַ מדריגה, אָבער מען טאָר נישט טרייבן און יאָגן גאַנץ שלש סעודות, ווייל ער וויל שוין האַלטן נאָך ״עלינו״, ביי דער אַנדערער זייט פון דער טיר ...
אויף אַזעלכע אידן איז נעבעך אַ ביטערער רחמנות, אַז זיי קענען נישט זיצן רואיק מיט אַביסל ישוב הדעת און נהנה זיין פון דער מתיקות פונעם שבת, ״וברכתו מכל הימים, וקדשתו מכל הזמנים״. דו קענסט נאָך אַביסל נהנה זיין פון דעם אויבערשטנ׳ס ״מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה״, די שבת׳דיקע מתנה. נישט אומזיסט האָט דער רבונו-של-עולם באַפוילן צו מאַכן ״תוספות שבת״.


פּה להם ולא ידברו

דאָס זאָגט די גמרא, ״זכור ושמור בדיבור אחד נאמרו״, דער ״זכור״ פון פאַר שבת, און דער ״שמור״ פון נאָך שבת, ״בדיבור אחד נאמרו״, ביידע זיינען איינס. די גמרא איז מסביר, ״מה שאין הפּה יכול לדבר״, דאָס מויל דערלויבט נישט די רבנים צו רעדן וועגן דעם, ״ומה שאין האוזן יכולה לשמוע״, ווייל די באַלעבאַטים ווילן נישט הערן רעדן וועגן דעם ... זיי ווילן כאַפּן דעם ציגאַרעטל גלייך ביים זמן פון מוצאי שבת, צו גיין הערן די נייעס וכדומה. אַזוי האָט דער רב אַ פּראָבלעם צו רעדן וועגן דעם, ווייל ער קען פאַרבלייבן קומענדע וואָך אָן אַ מניין ...
רבותי, איך האָף אַז לכל הפּחות שרייבן וועגן דעם קען מען יאָ...

 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 16, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations