about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
בלעמ׳ס קללות
די ניין טעג און תשעה באב
יוסף יצחק יעקבסאָן
 

איך האָב נישט גערעכנט אַז איך וועל באַגעגענען אַ איד אַ בקי בש״ס אין ״סערפּערס פּאַראַדייס״.
מאַי ״סערפּערס פּאַראַדייס״? דאָס איז דער נאָמען פון אַ פּרעכטיק-קליינער שטאָט אין צפון-אויסטראַליע (אַ צוויי שעה נסיעה מיט אַן עראָפּלאַן פון מעלבוירן), וואו עס וואוינען אומגעפער דריי טויזנט אידן. די שטאָט פאַרמאָגט אַ שיינע שוהל, אַ ״פול-טיים״ חדר פאַר אידישע קינדער, אַ כשר׳ע בעקעריי, אַ מקווה און אַן ענערגישן מרא דאתרא, אַ חב״ד׳ניק, וועלכער איז אַ רב, אַ דיין, אַ שוחט, אַ סופר און אַ גרויסער תלמיד-חכם (אַרום בר-מצוה צייט איז ער געוואָרן אַ בעל-תשובה, און אָפּגעהאָרעוועט ש״ס און פּוסקים נאָענט צו צוואָנציק יאָר).
מיט אַ היפּשער צייט צוריק, האָט מיר דער רב, הגאון ר׳ ניר גורעוויטש שליט״א, איינגעלאַדן צו קומען אין זיין קהילה אויף אַ שבת. מיינע איינדרוקן פון דער דאָזיקער שיינער קהילה האָב איך שוין אַמאָל באַשריבן. היינט וויל איך דערציילן וועגן איין באַגעגעניש, וואָס איך האָב געהאַט במשך פון די עטלעכע טעג וואָס איך האָב פאַרבראַכט אין סערפערס מיט מיין פאַמיליע.
שבת אינדערפרי פאַר שחרית, האָט איינער פון די מתפּללים אין שוהל מיך פאָרגעשטעלט פאַר הרב טוביה סילווערמאַן, וועלכער וואוינט אין סערפערס שוין היפּשע יאָרן.
דערציילט מיר ר׳ טובי׳, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין גאַליציע, אין דער שטאָט בעלז. זיין פאָטער איז געווען אַ פייערדיקער בעלזער חסיד, און זיין גאַנצע פאַמיליע – דער פאָטער מיט דער מוטער, די ברידער און די שוועסטער, און אַזוי ווייטער – זיינען אומגעקומען אין טרעבלינקע, לא נותר בהם עד אחד, אויסער ר׳ טוביה, וועלכער איז אַנטלאָפן קיין סקאָטלאַנד.
אין גלאַסגאַו, סקאָטלאַנד, האָט ר׳ טובי׳ געלערנט ניין יאָר אין דער ישיבה פון דעם באַוואוסטן ליטווישן ראש ישיבה הגאון ר׳ נפתלי שפּיראָ, און איז דערנאָך נאָמינירט געוואָרן אַלס רב אין דער שטאָט ער, אין סקאָטלאַנד. דערנאָך האָט ער געדינט אַלס אַ רב אין ליווערפּול, ענגלאַנד, און דערנאָך לאַנגע יאָרן אַלס מרא דאתרא אין איינער פון די גרעסטע שוהלן אין סידני, אויסטראַליע.
ווי געזאָגט, מיט צוועלף יאָר צוריק האָט הרב סילווערמאַן זיך באַזעצט אין ״סערפּערס״, און איצט זיצט ער אַ גאַנצן טאָג על התורה ועל העבודה.
עס איז געווען אַ זעלטענער געשמאַק צו שמועסן מיט ר׳ טוביה, היות אַז ער איז אַ איד וועלכער איז, אָן עין הרע, קלאָר אין ש״ס און אין אַלע פיר טיילן פון דעם שולחן-ערוך, מיט יעדן ש״ך און ט״ז, און ער אָטעמט פּשוט מיט תורה.
דערציילט מיר הרב סילווערמאַן צוויי ווערטלעך.
דער ערשטער איז, אַז אין פּרשת פּינחס זאָגט דער רבונו-של-עולם צו משה׳ן, ״כן בנות צלפחד דוברות״. וואָס איז פּשט?
נאָר מ׳קען זיך פאָרשטעלן אַז בשעת די טעכטער פון צלפחד זיינען געקומען טענה׳ן וועגן דעם וואָס זייער פאָטער איז געשטאָרבן און האָט נישט געלאָזט קיין זין אַזוי אַז ער וועט פאַרלירן זיין חלק אין ארץ-ישראל, איז כדרך נשמות דנוקבא זיינען זיי געוואָרן זייער עמאָציאָנעל, און האָבן מסתמא דערלאַנגט משה רבינו אַ לעקציע אָנגעווייקט מיט טרערן, התרגשות, און גאָר שטאַרקע ווערטער, אַזוי ווי פרויען זיינען מסוגל.
משה רבינו איז אַביסל דערשראָקן געוואָרן. הלמאַי? וואָס האָט ער געטאָן אַזוי שלעכט אַז אים קומט אַזעלכע צעקות...
האָט דער אויבערשטער אים געזאָגט: ״נישט גע׳דאגה׳ט, כן בנות צלפחד דוברות! דאָס איז דער שטייגער ווי זיי רעדן. דאַרפסט נישט נתפּעל ווערן, נעם עס נישט פּערזענלעך!״.
דעם צווייטן וואָרט האָט ער געהערט אין זיין יוגנט, אין נאָמען פון דעם בעל-שם-טוב זצ״ל.


דער פריילעכער צד פון תשעה באב

אַלע ווייסן אַז תשעה באב צו מנחה זאָגט מען ״נחם״, וואו מיר בעטן און דאַוונען פאַר אַ נחמה אויפן חורבן בית המקדש, און אין וועלכן מיר רעדן וועגן דעם ליכטיקן טאָג ווען דער רבונו-של-עולם וועט אויפבויען דעם דריטן בית המקדש.
תשעה באב צו מנחה שטעלט מען אויך אַוועק די בענק און די בענקלעך, און מ׳דאַרף שוין מער נישט זיצן אויף דער ערד.
שטעלט זיך די שאלה: ווי קומט עס, אַז תשעה באב צו מנחה פאַרלייכטערט מען די אבילות, עס איז דאָך איפּכא מסתברא! די גמרא דערציילט (תענית כט, עמוד א) אַז דער בית המקדש איז אַרויף אין פלאַמען תשעה באב פאַרנאַכט, דאָס הייסט אין מנחה-צייט, און דאָס רוב פון דער בית-המקדש-געביידע איז גאָר פאַרברענט געוואָרן דעם נעקסטן טאָג, עשירי באב. וואָלט דאָך די הלכה געדאַרפט דיקטירן אַז די אבילות צו מנחה זאָל זיין נאָך גרעסער ווי די אבילות צו שחרית?
רבי חיים וויטאַל זצ״ל, דער תלמיד מובהק פון דעם אריז״ל, שרייבט צוויי סיבות אויף דער פאַרלייכטערונג פונעם אבילות-געפיל אום תשעה באב צו מנחה (שער הכוונות ענין תשעה באב).
״איך האָב געהערט פון מיין רבי׳ן״, זאָגט ר׳ חיים וויטאַל, ״אַז תשעה באב צו מנחה צייט איז געבוירן געוואָרן מלך המשיח, וועמענ׳ס נאָמען איז ‘מנחם׳. הייסט עס, אַז תשעה באב נאָך חצות פאַרמאָגט אַ געוויסן שטראַל פון דער משיח׳דיקער ליכטיקייט, און דערפאַר זאָגט מען דעמאָלט ‘נחם׳, וואָס איז דער שורש פון דעם נאָמען ‘מנחם׳״.
אַגב, דער תשב״ץ שרייבט (שאלות ותשובות תשב״ץ, חלק ג, סימן ח), אַז אַ קינד וועלכער ווערט געבוירן אום תשעה באב פירט מען זיך צו געבן דעם נאָמען ״מנחם״, צוליב דעם וואָס דעמאָלט איז דער געבורט פון משיח וועלכער ווערט אָנגערופן ״מנחם״.
רבי חיים וויטאַל שרייבט נאָך אַ סיבה אויף דער פאַרלייכטערונג אין דעם טרויער-געפיל תשעה באב צו מנחה:
חז״ל דערציילן (איכה רבה ד, יד), אַז אין די טעג פון דעם חורבן הבית האָבן די רשעים אָנגעהויבן צו דערמאָרדן אידן, רחמנא ליצלן. האָבן די לעבעדיקע אידן גערעכנט, אַז כלל ישראל וועט, חלילה וחס, אינגאַנצן פאַרטיליקט ווערן אונטער דער מעכטיקער שווערד פון די גויים.
בשעת עס איז געקומען די צייט פון מנחה אום תשעה באב און די גויים האָבן אָנגעצונדן די ווענט פון דעם בית המקדש, ״אמרו מזמור ושמחו שמחה גדולה״, האָבן זיי געזאָגט שירה און האָבן זיך געפרייט מיט אַ גרויסער שמחה. פאַרוואָס? ווייל אידן האָבן פאַרשטאַנען, אַז דער חורבן און די נעגאַטיווע קאָנסעקווענצן וואָס מוזן אַרויסקומען פון זייערע עבירות האָט דער רבונו-של-עולם אויסגעלאָזט אויף די העלצער און שטיינער פון דעם בית המקדש, ״כלה חמתו על העצים ועל האבנים״, און אַזוי אַרום וועט כלל ישראל געראַטעוועט ווערן און וועט פאַרבלייבן אויף אייביק.
ממילא, זאָגט רבי חיים וויטאַל, איז באַשטימט געוואָרן דער מנהג צו זאָגן ״נחם״ דווקא תשעה באב צו מנחה צייט, היות אַז דעמאָלט האָבן די אידן געזאָגט אַ מזמור, און באַקומען אַ שטיקל נחמה אויף זייערע שוידערלעכע צרות.


בלעמ׳ס ברכות

איצט לאָמיר בייטן אונדזער טעמע אויף עטלעכע מאָמענטן, און דורכשמועסן אַן אַנדער פּרשה.
די גמרא זאָגט (סנהדרין קה, ב) אַז ״מברכתו של אותו רשע אתה למד מה היה בלבו״. פון די ברכות וואָס בלעם הרשע האָט געגעבן צום אידישן פאָלק, קען מען אַרויסדרינגען ווי אַזוי ער האָט זיי געוואָלט שעלטן, ווייל בלעמ׳ס קללות זיינען דאָך איבערגעקערט געוואָרן צו ברכות, ממילא קען מען פון די ברכות האָבן אַ באַגריף אין די קללות.
למשל, בלעם האָט געוואָלט שעלטן דעם אידישן פאָלק מיט אַ קללה אַז זיי זאָלן קיינמאָל נישט פאַרמאָגן אַ קעניג וועלכער האָט אַ הויכן געוואוקס; ער האָט געוואָלט אַז לעולם ועד זאָלן אידישע מלכים זיין קורץ, כדי אַז זייער אויסערלעכע כאַריזמאַ זאָל זיין זייער באַגרענעצט.
פון וואַנעט ווייסן מיר, אַז דאָס איז געווען איינער פון בלעמ׳ס קללות? ווייל אין זיינע ברכות האָט בלעם געבענטשט די אידן מיט די ווערטער ״כארזים עלי מים״, אַז די אידן זאָלן וואַקסן ווי די הויכע ״ארזים״ ביימער (סידערס אויף ענגליש) אויף די וואַסערן. זעט מען דאָך פון דער ברכה וואָס עס איז געווען די קללה וואָס בלעם האָט לכתחילה געהאַט אין זינען צו שעלטן די אידן מיט איר.
די גמרא זאָגט אָבער, אַז אַלע קללות פון בלעם זיינען צושטאַנד געקומען מיט דעם חורבן און אַלע פון זיינע ברכות זיינען געקומען צו אַ טרויעריקן סוף – זיי זיינען צוריקגעקערט געוואָרן צו קללות, אויסער איין-איינציקע ברכה זיינע – ״מה טובו אהליך יעקב משכנותיך ישראל״, ״ווי גוט זיינען דיינע געצעלטן, יעקב, און דיינע משכנות, ישראל״. די דאָזיקע ברכה – זאָגט די גמרא – איז געבליבן גאַנץ, און איז קיינמאָל נישט געקומען צו אַ סוף.
ווייזט אויס, דערציילט מיר ר׳ טוביה אַ וואָרט אינעם נאָמען פון בעל-שם-טוב, אַז די קללה וואָס בלעם האָט אין זינען געהאַט ווען ער האָט געזאָגט די ווערטער ״מה טובו אהליך יעקב״ איז געווען אַזוי שרעקלעך, אַז דער אויבערשטער האָט בשום-אופן נישט געלאָזט אַז די קללה זאָל צושטאַנד קומען.


פאַרוואָס?

זאָגט דער בעל-שם-טוב, אַז בלעם הרשע האָט געמיינט צו זאָגן, אַז ״מה טובו אהליך יעקב״, דיינע געצעלטן, דיין משכן און דיינע בתי מקדש זיינען אַזוי גוט און טייער, אַז זיי טאָרן קיינמאָל נישט חרוב ווערן.
ממילא בשעת אַז דער רבונו-של-עולם דאַרף נעמען אַ ״משכון״ אויף די פילצאָליקע עבירות פון דעם אידישן פאָלק, דאַרף דער משכון זיין ״משכנותיך ישראל״, ער דאַרף נעמען כלל ישראל אַלס אַ משכון פאַר די זינד. בלעם האָט געוואָלט, אַז דער משכון זאָל נישט זיין די האָלץ און די שטיינער פון דעם בית המקדש, נאָר די לעבעדיקע גופים פון כלל ישראל, חלילה וחס.
אַז די קללה זאָל פאַרווירקלעכט ווערן האָט דער רבונו-של-עולם בשום אופן נישט מסכים געווען, ווייל עם ישראל חי!
אויף דעם האָבן אידן געזאָגט אַ ספּעציעלן מזמור תשעה באב צו מנחה.

 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 16, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations