about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן
 

אלה הדברים אשר דיבר משה אל כל ישראל: דאָס זיינען די רייד וואָס משה האָט גערעדט צו אַלע אידן. מיר פאַנגען היינט אָן דעם פינפטן חומש וועלכער רופט זיך דברים, רייד. מען דאַרף רעדן צו אידן, און מיט רעדן קען מען גאָר אַ סך אויפטאָן און דערגרייכן, ווי דאָס האָט געטאָן אונדזער גרעסטער לערער און פירער, משה רבינו. ער האָט גערעדט צו אַלע אידן.
אינטערעסאַנט איז וואָס דער מדרש, אין דער היינטיקער סדרה, פרעגט: ווען דער אויבערשטער האָט געשיקט משה׳ן אַז ער זאָל גיין צו פּרעה מלך מצרים, אַז ער זאָל באַפרייען די אידן, האָט משה געזאָגט: ״לא איש דברים אנכי״, איך קען נישט רעדן (שמות, ד׳), און דאָ איז ״אלה הדברים אשר דיבר משה״? ער איז גאָר מיט איינמאָל געוואָרן אַ רעדנער? זאָגט דער מדרש: הרי משה, עד שלא זכה לתורה כתיב לא איש דברים אנכי, כיון שזכה נתרפּא לשונו והתחיל לדבר דברים. איידער משה האָט זוכה געווען צו לערנען תורה, האָט ער געזאָגט צו ג-ט: איך קען נישט רעדן. ווי ער האָט זוכה געווען צו לערנען תורה, איז געהיילט געוואָרן זיין צונג, און ער האָט אָנגעהויבן רעדן, ווי עס שטייט אין פּסוק, דאָס זיינען די רייד וואָס משה האָט גערעדט צו אַלע אידן.
באמת איז זייער שווער צו פאַרשטיין דעם מדרש. איידער משה האָט זוכה געווען צו תורה האָט ער נישט געקענט רעדן, און דערנאָך איז זיין צונג אויסגעהיילט געוואָרן? נאָר איך זאָג: ווען דער אויבערשטער האָט געשיקט משה׳ן ער זאָל גיין צו פּרעה און אים באַפעלן ער זאָל באַפרייען די אידן, האָט משה געזאָגט: לא איש דברים אנכי, איך האַלט נישט אַז מיט רייד וועט מען קענען האָבן אַ ווירקונג אויף פּרעה אַז ער זאָל באַפרייען די אידן. דאָס רעדן וועט נישט האָבן קיין שום ווירקונג. משה האָט שוין דאַן גוט פאַרשטאנען אַז ווען מען גייט צו אַ שונא ישראל אים בעטן אַ טובה, קען מען מיט בלויזע רייד נישט אָפּקומען ... הקול קול יעקב, ווען הערט מען זיך צו צום אידישן קול? ווען עס איז – הידים ידי עשיו! ווען מען גיט עשו׳ן אין ״יד״ אַריין... האָט פּרעה נישט באַקומען ״מכות״ ... אָבער עפּעס האָט ער יאָ באַקומען.
אָבער, ווען משה האָט געדאַרפט רעדן צו אידן, דאַן האָט ער שוין נישט געזאָגט: לא איש דברים אנכי! איך קען נישט רעדן. משה האָט גערעדט צום גאַנצן פאָלק ישראל, ווייל צו אידן האָט משה געהאַט אַ שפּראַך. פאַרוואָס האָט משה געהאַט אַ שפּראַך צו די אידן? ווייל משה האָט זוכה געווען צו תורה, און דער מענטש וועלכער איז זוכה צו תורה, דאָס מיינט, ער איז מקיים און היט-אָפּ וואָס עס שטייט אין דער תורה, קען ער רעדן צום אידישן פאָלק, ווייל אים וועט מען נישט קריטיקירן, זיין צונג איז נישט קראַנק, אויף אים וועט מען נישט געפינען קיין חסרונות. זיינע רייד וועלן האָבן אַ השפּעה, אַ ווירקונג.
די חז״ל זאָגן (ערכין דף ט״ז) ר׳ טרפון האָט געזאָגט: איך וואונדער זיך אויב עס איז דאָ אין היינטיקן דור, ווער עס קען פאַרנעמען שטראָף-רייד! זאָגט ר׳ אלעזר בן עזריה: איך וואונדער זיך אויב עס איז דאָ אין היינטיקן דור ווער עס ווייסט ווי אַזוי צו שטראָפן.
אַדאַנק ג-ט, מיר לעבן דאָך נישט אין קיין דור יתום. עס איז נאָך דאָ ווער עס זאָל קענען פאַרנעמען שטראָף-רייד, און עס איז דאָ וואָס קענען זאָגן מוסר-רייד. נאָר אויב מען זאָגט יענעם מוסר, דאַרף מען צוערשט אַליין זיין ריין פון זינד. די אַלע מוסר-זאָגער, האָבן פריער אַדורכגעזיפּט יעדע זאַך, אָפּגעהיטן אַז זיי זאָלן נישט האָבן קיין שמץ פון דמיון, און געזאָרגט דערפאַר אַז זיי אַליין זאָלן פריער האַלטן ביי דער זאַך למעשה. קודם כל געמאָנט און געריסן שטיקער פון זיך אַליין, אויסגעטרייבערט פון זיך יעדן טריפה׳נעם אָדער פון נגיעה עצמית און פון סתם הרגשים, און ערשט דאַן געפאָדערט פון זייערע צוהערער. און מען דאַרף רעדן מיט ליבשאַפט, ווי מען רעדט צו אַ חבר, צו אַ פריינט.
דער רבי פון לובלין זצ״ל האָט אַמאָל עמיצן שאַרף אויסגע׳מוסר׳ט. האָט זיך יענער אָנגע׳ברוגז׳ט, פילנדיק זיך שטאַרק באַליידיקט.
– אויב אַזוי – רופט זיך אָן צו אים דער רבי פון לובלין – דאַרף איך דיר איבערבעטן... ווייל שטראָפן מעג מען איינעם נאָר דעמאָלט, ווען יענער איז די שטראף-רייד מקבל און עס האָט אויף אים אַ שטיקל פּעולה, אָבער ווען עס ווירקט נישט אויף אים, און ער שטייט נאָך אין גרויסן און ברוגז׳ט זיך, הייסט עס דאָך גלאַט אומזיסט מבייש געווען אַ אידן – דאַרף איך דעריבער בעטן מחילה פון אייך ...
אָט-דאָס מיינען די חז״ל, אַז מען דאַרף וויסן ווי אַזוי יענעם צו מוסר׳ן.
אַ יונגערמאַן, אַ מוסמך אויף רבנות, איז אַמאָל געקומען קיין אַמעריקע און האָט געפּרואווט באַקומען אַ רבנות-שטעלע. עס איז נישט געגאַנגען. איז ער אַריינגעקומען צו זיינעם אַ חבר, וואָס האָט געלערנט צוזאַמען מיט אים אין איין ישיבה, און זיין חבר איז שוין געווען צוואָנציק יאָר אויף אַ רבנות-שטעלע אין אַמעריקע, און האָט אויסגעגאָסן זיין ביטער האַרץ פאַר אים: וואָס מען קען טאָן נושא-חן צו זיין אין די אויגן פון די באַלעבאַטים? זאָגט זיין חבר צו אים:
הער-צו, מיין טייערער פריינט, אַ רב אין אַמעריקע מוז קענען ״איינרעדן״, צורעדן, אָבער נישט ״אויסרעדן״; די באַלעבאַטים האָבן נישט ליב ווען מ׳רעדט זיי אויס עוולות.
ניין, איך בין אַבסאָלוט נישט מסכים מיט דער טעאָריע, אַז מען דאַרף נישט ״אויסרעדן״. מען דאַרף וויסן ווי אַזוי צו רעדן צו באַלעבאַטים, מיט גוטע רייד, אויפקלערן זיי, און אַזוי קען מען האָבן די גרעסטע השפּעה.
ווי פלעגט זאָגן דער גרויסער גאון הרב קוק ז״ל: משה רבינו, דער אדון כל הנביאים, איז געשטראָפט געוואָרן ביי די מי-מריבה, מיט דער גזירה, ער זאָל נישט אַריין קיין ארץ-ישראל, ווייל ער האָט געשלאָגן דעם שטיין, אָנשטאָט צו רעדן צו אים. אויב מען וויל פון אַ שטיין וואַסער, דאַרף מען צו אים רעדן מיט גוטן, און נישט שלאָגן, מיט בייזן. דאָס זעלבע איז מיט די ״חפשים״ אין אידישן פאָלק. אויב מען וויל ווירקן אויף די פריידענקער, דאַרף מען צו זיי רעדן, איבערצייגן, באַאיינפלוסן, אָבער נישט זיי שלאָגן און פאַרשטויסן...
און איך זאָג, אַז דאָס ליגט אין די ווערטער פון יחזקאל (קאַפּיטל י״א, י״ט): ״ונתתי להם לב אחד ורוח חדשה אתן בקרבם והסירותי לב האבן מבשרם ונתתי להם לב בשר״, און איך וועל זיי געבן איין האַרץ און אַ נייעם געמיט וועל איך אַריינגעבן אין זיי, און איך וועל אָפּטאָן דאָס האַרץ פון שטיין פון זייער לייב, און וועל זיי געבן אַ האַרץ פון פלייש.
נישט איינמאָל הערן מיר ווי מען זאָגט אויף יענעם, יענער האָט דאָך אין זיך אַ שטיינערנע האַרץ. מען דאַרף אַזוי לאַנג רעדן צו אים, אַפּעלירן צו זיין געוויסן, ביז מען וועט אים ווייך מאַכן זיין האַרץ. די פּראַקטיק האָט אונדז געוויזן, אַז מען דאַרף רעדן צו אידן, אָבער נישט זיי באַרעדן!
מיר געפינען אַ וואונדערבאַרן מדרש אין שיר השירים (א׳, ל״ט) ״אין לך שמח בבני יותר ממשה, ועל ידי שאמר שמעו נא המורים נגזר עליו שלא יכנס לארץ״, עס איז נישט געווען קיינער וואָס זאָל זיך אַזוי פרייען מיט מיינע קינדער ווי משה האָט זיך געפרייט מיט זיי. און ווייל ער האָט געזאָגט צו די אידן, הערט נאָר, ווידערשפּעניקע, האָט ג-ט גוזר געווען אויף אים ער זאָל נישט אַריינגיין אין ארץ-ישראל.
ווייטער זאָגט דער מדרש: ״אין לך שמח בבני יותר מישעיהו, ועל ידי שאמר ובתוך עם טמא שפתים אנכי יושב, אמר לו הקדוש-ברוך-הוא, ישעיה, בנפשך אַת רשאי לומר כי איש טמא שפתים אנכי ניחא. שמא ובתוך עם טמא שפתים אנכי יושב, אתמהא. תא חמי, כתיב תמן ויעף אלי אחד מן השרפים ובידו רצפּה. אמר רבי שמואל, רצפּה, רוץ פּה למי שאמר דילטורייא על בני״. ״עס איז נישט געווען קיינער ווער עס זאָל זיך אַזוי פרייען מיט מיינע קינדער ווי דער נביא ישעיה, און ווייל ער האָט געזאָגט אויף די אידן, ‘איך זיץ צווישן אַ פאָלק וואָס האָט טמא׳נע ליפּן׳, האָט ג-ט געזאָגט צו ישעיה; דו האָסט געזאָגט אויף זיך: ‘איך בין אַ מענטש וואָס האָט טמא׳נע ליפּן׳, איז רעכט, אויף זיך מעגסטו זאָגן, אָבער דו זאָגסט אויף די אידן: ‘איך זיץ צווישן אַ פאָלק וואָס האָבן טמא׳נע ליפּן׳, איז אַ וואונדער דו זאָלסט אַזוי זאָגן. זע נאָר וואָס דאָרט שטייט אין פּסוק: ישעיה האָט געזאָגט צו מיר, איז געפלויגן איינער פון די שרפים ובידו רצפּה. רבי שמואל זאָגט, ‘רצפּה׳ באַשטייט פון צוויי ווערטער: רוץ פּה! צעשפּאַלט דאָס מויל. ג-ט האָט געזאָגט צו דעם שרף: צעשפּאַלט דאָס מויל פון דעם מענטש וואָס האָט גערעדט שלעכטע רייד אויף מיינע קינדער״.
איך האָב אַמאָל געזען אַ וואונדערבאַרן געדאַנק פאַרוואָס ישעיה הנביא איז אַזוי שטאַרק געשטראָפט געוואָרן פאַר דעם וואָס ער האָט געזאָגט: ״ובתוך עם טמא שפתים אנכי יושב״, איך זיץ צווישן אַ פאָלק וואָס האָבן טמא׳נע ליפּן. זיין שטראָף איז געווען פאַר דעם ״אנכי יושב״. וואָס איך זיץ, מען דאַרף נישט זיצן מיט פאַרלייגטע הענט און גאָרנישט טאָן ... און נישט נאָר וואָס מען טוט גאָרנישט, נאָר מען האַלט נאָך זיי אין קריטיקירן...
די חז״ל זאָגן (כתובות דף ק״ח) ״אמר אביי, האי צורבא מרבנן דמרחמין ליה בני מתיא לאו משום דמעלי טפי, אלא משום דלא מוכח להו במילי דשמיא״, אַ תלמיד-חכם וואָס די מענטשן פון שטאָט האָבן אים ליב, מיינט דאָס נישט אַז ער איז אַ גרויסער מענטש, נאָר ווייל ער שטראָפט זיי נישט אין גייסטיקע ענינים, בין אדם למקום. ניין, איך האַלט פאַרקערט, אַז דער מנהיג דאַרף יאָ זיין דער מוכיח, דאָס וואָרט ״מוכיח״ אין העברעאיש מיינט נישט בלויז אַ שטראָפער אָדער מוסר-זאָגער. עס מיינט אויך אַ וועגווייזער, אַן איבערצייגער, אַן ״אויגן-עפענער״, אַן אויפקלערער. פון דעם אויסדרוק ״הוכח תוכיח״ דרינגט די גמרא, אַז ווען איינער זעט אַ מיאוסע זאַך ביי זיין חבר, איז ער פאַרפליכטעט אים אָנצואווייזן דערויף (צריך להוכיחו), ווייל עס שטייט: ״לא תשנא את אחיך בלבבך, הוכח תוכיח את עמיתך, ולא תשא עליו חטא״, זאָלסט נישט פיינט האָבן דיין ברודער אין דיין האַרצן. אויסרעדן זאָלסטו אויסרעדן דיין חבר, כדי דו זאָלסט נישט טראָגן איבער אים אַ זינד.
זייער אַ שיין וואָרט זאָגט דער באַוואוסטער גאון ר׳ אייזל חריף ז״ל. ״האי צורבא מרבנן״, זאָגן די חז״ל, ״דסנו לי בני מתא, משום דמוכח להו במילי דשמיא״, אָט-דער תלמיד-חכם וואָס זיין שטאָט האָט אים פיינט, איז עס דערפאַר ווייל ער שטראָפט זיי אין גייסטיקע ענינים. אויב אַזוי, טאָ ווי אַזוי מעג מען יענעם שטראָפן און אים ברענגען צו אַ חטא פון ״לא תשנא את אחיך בלבבך״?
ענטפערט דערויף רבי אייזיל חריף: לעולם האָט יעדער עם האַרץ פיינט אַ תלמיד-חכם. אַפילו ווען ער האָט נישט קיין שום אורזאַך דערצו, אַפילו ווען ער שטראָפט אים נישט, ווי ר׳ עקיבא דערציילט אונדז: ״כשהייתי עם הארץ אמרתי מי יתן לי תלמיד-חכם ואנשכנו כחמור״, און ״גדולה שנאה ששונאין עמי הארץ לתלמיד-חכם יותר משנאה ששונאים הרשעים את ישראל״ (פּסחים מ״ט).
ר׳ עקיבא דערציילט אונדז, ווען איך בין געווען אַן עם הארץ האָב איך געזאָגט: ווען מען גיט מיר אַ תלמיד-חכם וואָלט איך אים צעריסן ווי אַן אייזל. און עס איז גרעסער די שנאה וואָס די עמי הארצים האָבן צום תלמיד-חכם, מער ווי די שנאה וואָס די רשעים האָבן צו די אידן. און וויבאַלד אַזוי, איז איידער ער זאָל אים פיינט האָבן פאַר גאָרנישט, איידער עס זאָל זיין אַ שנאת חנם, וואָס דאָס איז דאָך איינע פון די האַרבסטע חטאים, וואָס האָט גורם געווען צום חורבן בית-המקדש, טאָ זאָל ער אים, דעם עם הארץ, זאָגן אַביסל מוסר, וועט ער אים כאָטש פיינט האָבן פאַר עפּעס, וועט עס לכל הפּחות קיין שנאת חנם נישט זיין...
משה רבינו האָט אונדז אָנגעוויזן אַ מוסטער ווי אַזוי צו שטראָפן אַ יחיד אָדער אַ כלל; דער ״שטראָפער״ מוז קודם-כל זיין באַזעלט פון אַ טיפער ליבשאַפט צו דעם געשטראָפטן. דאַן דאַרף ער היטן דעם כבוד פון דער פּערזאָן, אָדער פּערזאָנען, וועלכע ער וויל שטראָפן.
״אלה הדברים – אוהבו של אדם אומר לו השמר בעצמך״, אַ פריינט פון אַ מענטשן וואָרנט אים, ער זאָל זיך היטן פון אַ געוויסער געפאַר. אָבער אַ שונא זאָגט אים: האָב קיין מורא נישט, כדי ער זאָל אַריינפאַלן. משה האָט זיי געשטראָפט, אָבער בלעם הרשע האָט זיי געזאָגט: האָט קיין מורא נישט, טוט וואָס אייער האַרץ גלוסט. זיינען די אידן טאַקע געפאַלן אין שיטים און שלמה האָט שוין אויף דעם געשריען: ״נאמנים פּצעי אוהב״, געטריי זיינען די וואונדן פון אַ פריינט – דאָס איז משה רבינו – ״ונעתרות נשיקות שונא״ – פאַררעטעריש זיינען די קושן פון אַ פיינט – דאָס איז בלעם הרשע (ילקוט שמעוני).
אָט-דאָס דאַרפן מיר לערנען פון דער היינטיקער סדרה, אַז אַ פריינט איז דער וועלכער זעט אַן עוולה, און ער ווייזט יענעם אָן אַז ער האָט געטאָן אַן עוולה, ער זוכט אים אָנצואווייזן דעם ריכטיקן וועג. מיר דאַרפן זיין דאַנקבאַר פאַר די וועלכע שטייען אויף דער וואַך, און ווייזן אונדז אָן אויף וועלכן וועג מיר דאַרפן גיין. מיר זאָלן טאַקע זוכה זיין צו גיין אויף דעם וועג וואָס אונדזערע חכמים האָבן אונדז אָנגעוויזן.

 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 16, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations