about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
ווי שעקספּיר ...
חזן משה טעלעשעווסקי
 

אַ ראַבאַי איז געקומען צו איינעם פון די גדולים, ער זאָל אים געבן אַ המלצה-בריוו. האָט דער גדול אים פאַרהערט, און באַלד באַגריפן, אַז ער האָט נישט קיין אַנונג, נישט אין תורה, נישט אין חכמה; ער איז נישט קיין ירא שמים, און אויך נישט קיין מענטש.
האָט דער גדול געגעבן יענעם ראַבאַי אַ בריוו, אין וועלכן עס איז געשטאַנען קלאָר, אַז ער שטייט אויף איין רייע מיט ... וויליאַם שעקספּיר, און אַז ער איז ווי אַ מלאך.
– אַזוי ווייט? – וואונדערט זיך דער ראַבאַי מיט שטאָלץ.
ענטפערט דער רב:
– עס איז זייער פּשוט; דו שטייט אויף איין שטאַפּל מיט וויליאַם שעקספּיר: גענוי ווי ער האָט נישט געקענט אַפילו קיין אות אחת פון דער תורה, אַזוי קענסטו אויך נישט; און פּונקט אַ מלאך איז קיין מענטש נישט, ביסטו אויך נישט קיין מענטש ...


ער לעבט מיט דער צייט

מ׳האָט דערציילט פאַרן סלאָנימער גאון ר׳ אייזיל חריף וועגן אַ געוויסן ״רב מטעם״, אַז ער איז מקפּיד אָנצוהאַלטן דעם טראַדיציאָנעלן מנהג ביי אידן, אַז דער רב האַלט אַ דרשה שבת שובה און שבת הגדול. אויך יענער ״רב״ טוט אַזוי, האָט מען דערציילט ר׳ אייזיל׳ען.
רופט זיך אָפּ ר׳ אייזיל:
– איז ער דאָך צוגעפּאַסט צום גייסט פון דער צייט. שבת שובה ווייזט ער פאַר די רבנים, אַז ער ... טויג אויף כפּרות (פאַר ערב יום-כיפּור), און שבת הגדול באַווייזט ער וואָס פאַראַ גוי ער איז, און מ׳קען אים רואיק פאַרקויפן דעם חמץ ...


נישט געקענט שלאָפן ביינאַכט

אַמאָל האָט דער שטאָטישער ראַבינער געהאַלטן אַ לאַנגע דרשה שבת נאָכמיטאָג. געווען איז עס אַ רעדע פול מיט נאַרישקייטן, וואָס האָבן איינגעשלעפט די צוהערער.
צומאָרגנס באַגעגנט איינער פון די שטאָט-לייט דעם ראַבינער, און זאָגט אים:
– וועגן דיר, הער ראַבינער, האָב איך נישט צוגעמאַכט קיין אויג אַ גאַנצע נאַכט.
איז דער ראַבינער געווען צופרידן צו הערן אַזעלכע רייד פון לויב איבער זיין דרשה.
– אויב מיין דרשה האָט דיך אַזוי באַאיינפלוסט, איז עס אַ באַווייז, אַז דו האָסט אַ וואַרים און פילבאַר האַרץ ... – זאָגט דער ראַבינער.
– ניין, ראַבינער – זאָגט דער איד – איך האָב שוין אַזאַ נאַטור, אַז ווען כ׳שלאָף גוט בייטאָג, קען איך נישט איינשלאָפן ביינאַכט ...
 

 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 16, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations